| נשלח ב-16/5/2006 15:14 |
|
| |
נייע לינק פאר לג בעומר במירון!
נאך א רייע דיפלאמאטישע און גרויזאמע געשפרעכן וואס מיר האבן געהאט מיט די מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער אהוד אולמערט אין קרעטשמע קאבינעט האט ער פארשפראכן אז ער וועט זיך אנשטרענגן יותר מכפי יכולתו אז די קרעטשמע מיטגלידער זאלן קענען מיטהאלטן ל"ג בעומר אין מירון פאר אומזינסט און נישט דארפן צוקומען צו די אלע איזרעלאישע וועב-זייטלעך וואס פרעסן אויס געלט פון די בני חוץ לארץ.
יעצט צופרי האבן מיר באקומען די טעלעפאן קאל פונעם פרעמיער מיניסטער מיט איין אטעם אז ער האט עס ערלעדיגט.
אויף גוגל טאלק האט ער אונז אריבערגעשיקט די לינק וואס ווערט דא פארעפנטליכט דאס ערשטע מאל, און ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט "בלעדי לחברי הקרצ'מה!".
מיר האבן אראפגעהאקט דעם טרייבל אים באדאנקנדיג "תודה רבה", ער האט געענטפערט "בבקשה" און מיר האבן זיך הארציג געזעגנט.
כל הזכויות שמורות לגרויזאמער מהקרעטשמע, ושארית ישראל לא יעשו עולה!
אוקיי?
http://www.tvisrael.net/tvisrael/chanel.asp?chanel=110
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 15:24 |
|
| |
יישר כח קריגס מיניסטער;
מיין שאלה איז יעצט אויב איינער וויל נישט הנאה האבן פון די מדינה הטמאה, אויב מען מעג זיך באנוצן מיט דעם טובה וואס דו האסט ערהאלטן פונעם פרעמיער מיניסטער.
בבקשה.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 18:58 |
|
| |
דזשאני ברענג אריין די קאפ קעיקס און די דרינקס וואס יענטאשטע האט מנדב געווען.
דער עולם זיצט דא צוגעשמידט שוין א צוויי שעה, מען קלאטשט מען זינגט, אבער זיי האבן פארגעסן
אז מען דארף עסן אויך.
זעה ברענג פארדעם אריין מיט די קאלערדיגע ספרינקלס, ווען יענס וועט אויסגיין וועסטע ברענגען
די שווארצע.
אוקיי?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 19:07 |
|
| |
גרויסע האמער, וואס עפעס דזשאני? יאנאש דארף דאס אריינברענגן, ער מיינט וויבאלד מ'זעהט איהם אויבן אהן איז ער אויס שאמעס, געווענדליך אויף יעדן אויבן אהן זעהן מען די גבאים אויך, דאס ווייסט ער נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 19:27 |
|
| |
ווער עס וויל מיטהאלטען אינזער באקאנטער בעל מנגן ר' אברהמ'ל פריד ווי ער זינגט יעצט לייוו אינעם ווייטן קאלטן רוסלאנד אין איז מחזק די דארטיגע קינדערלאך אין זייערע עלטערן לכבוד ל"ג בעומר זאל דריקן די דאזיגע לינק (אכטונג, ער איז ארויס אויף א שטיקל הפסקה, ער וועט שוין צירוקזיין)
באקומען באריכטן אז מען זעט נשים אין די לינק - ואתכם הסליחה
תוקן על ידי - ישראל_הלוי - 16/05/2006 19:40:39
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 19:39 |
|
| |
אזויווי אומפאראנטווארטליכע פארשוינען האבן גענומען דעם לינק פון דא און אריינגעקלעבט ערגעץ
אנדערש, אן צוצייכענען די מקור פון וואו דאס קומט, ווערט יעצט גענומען די נויטיגע שריט יענעם
צו ווייזן מיט וועם ער האט זיך אנגעהויבן.
פרטים יבואו.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 20:40 |
|
| |
די הנהלת הפייטינג עריע אנטשולדיגט זיך פאר די מיספארשטענדעניש.
יענער האט בלויז באקומען אין אימעיל די לינק, ער ווייסט נישט פון אזא פארום ווי היימישע קרעטשמע.
אוקיי?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 21:14 |
|
| |
אוקיי? ניין!
איינער וואס ווייסט נישט פון "היימישע קרעטשמע" צו זאגן איז "נישט" אוקיי.
אוקיי?
|
|
|
|
|