בית פורומים היימישע קרעטשמע

3x0 נאט דיר א גלעזעלע ביר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/5/2006 23:32 לינק ישיר 
3x0 נאט דיר א גלעזעלע ביר
מצורף קובץ

פונקט ווי פארלאנגט, רוה דיר אפ פונעם פארלוסט, מארגן איז נאך א טאג, (דא אין ניו-יארק).





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/5/2006 23:34 לינק ישיר 

יישר פאר די פיינע שוויציגע גלעזעל ביר, איך האב מיך נישט גערישט אויף אזא גיטס.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/5/2006 23:35 לינק ישיר 

און פארגעס נישט איבערצולאזן א טיפ.

(לעצטע מאל האסטו פארגעסן)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/5/2006 23:46 לינק ישיר 

הע הע מען טרינגט נישט קיין שוים(איך ווייס נישט פארוואס אבער אזוי האסט די מיר געזאגט ביי פארברענגען'ס וואַך נאכט) די האסט געדארפט ווארטען ביז די שוים גייט אראפ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2006 00:16 לינק ישיר 

יאנאש,

דא האסטו.

וואס איז טאקע פשט פון נישט טרינקען קיין שוים?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/5/2006 00:23 לינק ישיר 

שוים פין וויין ווייס איך ווייל עס איז קשה לשכחה
אבער ווי איך האב דיר שוין געזאגט ביים וואך נאכט ביר ווייס איך נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2006 01:04 לינק ישיר 

מחמת אפיסת הפנאי,
עיין בגמ' נדרים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2006 01:09 לינק ישיר 

איך מיין אז עס איז נישט געניג גיט פאר א מראה מקום ווייל אין נדרים איז דא 90 בלאט דאכט זיך מיר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2006 02:03 לינק ישיר 

התאחדות/קנאי/יאנאש/3X0;

די מקור פון נישט טרונקן שוים איז אין חולין (ק"ה ע"ב), און גילטעט ביי וויין און ביר צוגלייך, ווי פאלגענד:

די גמרא זאגט: אמר אביי, פון אנפאנג האב איך געמיינט אז דאס וואס מען טרונקט נישט קיין שוים איז צוליב דעם וואס עס איז מיאוס, אבער רבה האט מיר געזאגט אז די סיבה איז ווייל עס ברענגט שליים (פון די נאז).

די גמרא זאגט ווייטער: טרונקן שוים ברענגט שליים, בלאזן אויף די שוים אז עס זאל אראפגיין ברענגט קאפוויי, אראפשטופן די שוים מיט די האנט ברענגט ארימקייט.

וואס דען קען מען טאן לויז צו ווערן פונעם שוים? שטופ דאס אריין אינעם געטראנק וועט עס אליין צוגיין.

די גמרא איז נאכנישט פארטיג: אויב האט איינער יא געטרונקן שוים (און עס האט אים געשאדט) וואס קען ער טאן?

גיבט די גמרא אן עצה: אויב האט ער געטרונקן שוים פון וויין, זאל ער צוטרינקן אביסל ביר, אויב האט ער געטרונקן שוים פון ביר, זאל ער צוטרונקן וואסער, אויב האט ער געטרונקן שוים פון וואסער, האט ער נישט קיין שום רפואה! (די גמרא פירט אויס: דאס איז פשט וואס די וועלט זאגט אז די ארימקייט לויפט נאכן ארימאן... ער האט נישט קיין געלט צו קויפן וויין אדער ביר, ער טרונקט פראסטע וואסער, און ווערט געשטראפט מיט א קרענק וואס האט נישט קיין היילונג).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/5/2006 05:27 לינק ישיר 

אמממ אוי נו וואו איז מיין שיך? אה אה דא יאך טוה דאס שוין אויס, מקבל נזיפה, פון הגאון הגדול מורינו ערעב קרעמער שליט"א, יישר כוח פאר די מראה מקום, סיז דאכצאך דארט ביי די ברייטע שורות די צווייטע העלפט עמוד, (אויב האב יאך שוין ווידער א טעות, טוה איך מיר אויס מיינע זאקן) אודה ולא אבוש, כ'אב געלערנט ביידע מסכתות אומגעפער אכט יאר צוריק, און נו שוין אגב חריפתיה משבשתא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2006 05:35 לינק ישיר 

סאכדעס!...... וועעעעעעעעךךךךךךך!!!...... טו דיר נאר שנעל צוריק אן די זאקן!!!!!!....... פוי!!.... די מסכת זאגסטו האסטו געלערנט פאר אכט יאר צוריק, קוקט אויס אז די זאקן האסטו אויך שוין אן זייט דעמאלטס..... אזא גערוך!!!!!!!....... עקכע! עקכע! עקכע!..............



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2006 16:56 לינק ישיר 

האט אפשר איינער א גלעזל ביר פאר מיר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > 3x0 נאט דיר א גלעזעלע ביר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext