צוויי ברידער.
אין הייליג לאנד ירושלים איז פראנענן צוויי ברידער ביידע גרויסע תלמידי חכמים און בעלי סופרים זיי טראגן דעם משפחה נאמען "קרויזער" איינער זונדל דער צווייטער בערל,
ר' זונדל האט מחבר געווען אטליכע ספרים אונטער נאמען " אור החמה " ר' בערל'ס חידושים רופן זאך מיטן נאמן "דבר המלך"
טרעפט אן ר' בערל זיין ברודער ר' זונדל'ען און זאגט עם מיט שפאס: ספרך נאה לשמו, דער נאמען פון דיין ספר פאסט זייער, 'אור החמה' פונקט אזוי ווי מקען נישט ארויף קוקן אף די לייכט פון די זון. אזוי קעמען אויך נישט אריין קוקן אין דיין ספר.
הענטפערט איהם ר' זונדל שלי עדיף משלך. מיין'ס איז פארט בעסער ווי דיינס, על שלך נאמר אזוי ווי עס שטייט אין די מגילה "מקום אשר 'דבר המלך' ודתו מגיע אבל גדול ליהודים..."
מעשה שהיה.
|
|