בית פורומים היימישע קרעטשמע

רבותי מיר גייען צו עקסערסייז! בנערינו ובזקיננו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/6/2006 00:57 לינק ישיר 
רבותי מיר גייען צו עקסערסייז! בנערינו ובזקיננו

היות כל הרוצה ליטול את השם קען אפשרייבן א לאנגע בריוו מיט א מחאה מען קען מוחה זיין אויף וואס מוויל, און אויב איז עס א מחאה איז עס דער איד-בלאט מקבל בשתי ידים. אפילו דאס האט נישט קיין שום חתימה פון סיי וועלכע אויטאריטעט.

און היות איך בין אויך פון די רוצה ליטול את השם, וועל איך אויך אפשרייבן א מחאה דא ברבים.

אין דער איד די וואך דף 54 איז דא א גאנצע בלאט מיט שטותים וואס די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף. א געוויסע מאן דהו וואס קוואקעט דעם טאג איז נישט צופרידן פונעם רעיון פון עקסערסייז, אזש ער גייט שוין אזוי ווייט ווי צו באטיטלען דער מנכ"ל פון מוסדות רעים מתוקים א גאר חשובע תלמיד חכם מיטן טיטול "עפרא לפומיה", פאר די חוצפה פון רעדן לטובת די עקסערסייז.

ווי יעדער ווייסט הענגט שוין יענער מאן דהו אפאר חדשים צעטלעך פון א אלטע איסור פון רבנים אויף עקסערסייז, וואס פאר 'סאם ריזען' האבן די רבנים דאס נישט ארויסגעגעבן אויף די צוויי נייע עקסערסייז פלעצער "צום געזונט" און "העלף האוער עקספרעס". און דער זעט אז קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט נעמט ער זיך צום טאקטיק פון באשמוצן מיט די געמיינסטע לשונות.

איך האב שוין לאנג געפלאנט צו גיין אויף עקסערסייז צוליב מיין איבערוואג. אבער יענער עפרא לפומיה האט מיר אזוי געשטיפט דערצו אז איך גיי אפשר ארגאנאזירן א גרופע צו גיין צו איינע פון די צוויי קאמפעטישאנס, איך ווייס נאכנישט וועלכע.

און איך בעט יעדער איינער ווער עס קען זאל גיין, עס איז געזונט, און עס איז בהסכמת הרבנים, אויסגעהאלטן לויט אלע דעות, ווי הונדערעטער וועלן עדות זאגן.

יענטאש? יאנאש? יגרל? ווער נאך? קומטס אין מאסן! מיר גייען צו עקסערסייז!

יענער אנגעזעצטער עפרא לפומיה וואס ליידט אויפן מחאה קרענק, און קען נישט צוקוקען אז צוויי אידן מאכן פרנסה אויסגעהאלטן עפ"י תורה, זאל בלייבן ביים מוחה זיין. און ווילאנג ער שלעפט נישט מיט קיין רבנים מיט זיך וועלן מיר גיין בנערינו ובזקיננו. צו אויסרופן דעם קול מחאה ברבים "לא כל הרוצה ליטול את השם יבוא ויטול" נישט יעדער וואס שטייט אויף מיט א שלעכטע חלום קען קומען און חרוב מאכן אידישע פרנסות, ניין! זאל דאס קלאר דעהערט ווערן!

איך מוטשע זיך יעצט אביסל מיטן אריינסקענען די מחאה און עס מאכן פאר א פיקטשער ווייניגער ווי 100 ק"ב. יישר כח פאר קרעמער פאר זיין הילף, איך האף באלד גייט עס פארטיג זיין.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 01:05 לינק ישיר 

קודם כל בין איך מוחה אויף דעם וואס דו באנוצט זיך מיט מיין כמו ניק, עס קען צומישן די מענטשהייט דא.

צווייטענס, בין איך זיך אויך מצטרף צו דיינע דברי מחאה, איך קען בשום אופן נישט פארשטיין, עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין, וואס עס קען אזוי שלעכט זיין מיט אפפאלן עטליכע פונטן און פייגערן מיט עטליכע יאר שפעטער.

היינטיגע יונגווארג - קוקט אייך אין שפיגל - זענען ברייטער ווי הויך, ווען זיי ליגן אין בעט קראצט דאס העמד קנעפל אינעם שענדעליער, אבער... חס ושלום צו טראכטן פון מאכן אביסל עקסערסייז, עס איז קעגן די קרומע תורה פון די יעניגע פארדרייטע קעפ.

איר ווייסט וואס?

יעצט פאלט מיר ביי א שוידערליכע געדאנק: איך האלט אז די עקסערסייז פלעצער זענען גאר די מפיצים פון די וואנזיניגע מחאות! זיי ווייסן וויאזוי ארויסצוברענגן דעם עולם פון די דישעס, אזוי ווי זיי האבן מיר מיט גרויזאמער ארויסגעשלעפט פון די כלים דורך די פיאות.

אנדערש קען איך נישט פארשטיין, וואס אין די וועלט איז אזוי שלעכט מיט רירן די אנגעשוואלענע פיסעלעך? מיטן זיך בייגן אביסל ארויף און אראפ, אויסקנעטן די ביינער צו האבן כח צו לערנען/דאווענען/ זיין א געזונטער אידיש קינד?

ווער עס פארשטייט אנדערש, זאל מיר ביטע מסביר זיין. אנדערש בין איך שוין גרייט צו גרינדן א 'היימישע קרעטשמע' גרופע אין איינע פון די עקסערסייז פלעצער, עס וועט אויסקומען ביליגער פאר אונז אלע, און מיר וועלן אלע האבן א רואיגער און געזונטערע לעבן אי"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/6/2006 05:47 לינק ישיר 

די פאלגענדע האב איך באקומען אין אישית פון איינער פון די פראמינענטע מיטגלידער פון קרעטשמע, עס איז מיר זייער געפאלן זיינע רייד, און איך לייג עס דא אריין פאר אייער הנאה: 

===============
אנטשולדיגט פאר'ן זיך אריין מישען צווישען אזעלכע צוויי הרים גדולים ווי קרעמער מיט כרעמער
כ'האב אפילו געקלערט אז דער אמת איז מיט קרעמער, ווייל דער אנדערע ניק מיט'ן כף איז כרעמער, אזוי ווי קרעמער. משא"כ אונזער באליבטער קרעמער איז דער ריכטיגער קרעמער, נישט בכף הדמיון
דער המשך וועל איך פארזעצען ביים קרעפעל פשעטעל, אנטשולדיגט כרעפעל פשעטעל.
קומט אויס לפי'ז, אויב וועל איך האבען געזאגט א קרעפעל פשעטעל הרי טוב, אז נישט וועט עס זיין "כ"רעפעל אזוי וויך האב געזאגט א פשעטעל.

לענינינו, האב איך א קשיא צום "איד", וואס איז א גרעסער עבירה?
א) מאכען עקסערסייז ווייל איעדער דאקטאר הייסט עס היינט טאן.
ב) אויסקוקען ווי מאנכע אין ביהמ"ד וואס זענען איבערוואגיק און דער דאקטאר ווארענט זיי מיט'ן לעבען זיך א שאקעל צו טוען. ווייל דאס איינציגע מאל וואס זיי רירען זיך איז פרייטאג צו נאכט'ס נאכען עסען צוויי טעלער באנדלעך ביים זכור.

הייסט דאס אזוי, אין אנדערע ווערטער, אז די אלע אנדערע זאכן וואס ווערן געברענגט אין יענעם צייטונג זענען אויסגעהאלטן הונדערט פראצענט, נאר חלילה וחס דאס מאכען עקסערסייז... דאס איז אן עבירה חמורה, עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/6/2006 08:42 לינק ישיר 

אזוי ווי איך זעי אז די עולם גייט זיך יעצט נעמען לויפן צום דזשים, האב איך מחליט געווען לטובת הרבים אראפ צו ברענגען אן ארטיקל

 

Keeping healthy at the Gym

BY LISA ROBERTS
The Orlando Sentinel
*-- begin body-content *

If you want to stay healthy at the gym, keep your hands away from your face and wash your hands frequently, say health and exercise experts.

A workout facility, especially a crowded one, is a good place for viruses, bacteria and fungi to find new prey, says Dr. Scott Brady, medical director of Florida Hospital's Centra Care centers.

A lot of viruses are passed hand to mouth, he says. So greeting a gym friend with a handshake or even picking up a dumbbell can put you at risk. "You'll sweat, wipe your brow or nose and, bam!, you've got contact with a germ."

Wearing washable gloves might make you feel a little better about handling equipment that plenty of others have used, but gloves "can also be a home for viruses," says Phil Tinder, owner of Fit for Life personal training in Casselberry, Fla. "In reality and practice, they don't end up washing the gloves. But it does make people feel a bit better."

In Tinder's mind, there's nothing better than old-fashioned hand washing. Brady agrees: "The really simple things that Grandma told us really do work."

Some other tips for a well gym:

_"No hands near your face, period," Brady says. If you want to wipe your face, use a fresh towel, not the one with which you're wiping your hands.

_Bring bottled water instead of drinking at water fountains.

_Wear rubber-soled flip-flops in showers and bathrooms to avoid picking up fungal nasties such as athlete's foot.

_If you're sick, do your workout buddies a favor and stay home, Tinder says.

Leaving sweat on the seat of an exercise bike or a weight machine isn't really a health hazard, Brady says, because sweat doesn't usually harbor anything harmful.

Still, there's no excuse for not cleaning up after yourself, especially when most health clubs make disinfectants and towels available for the task.

איין זאך דארף מען אייביג געדענקען "אבי מלעבט" http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16296



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > רבותי מיר גייען צו עקסערסייז! בנערינו ובזקיננו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext