| נשלח ב-1/6/2006 18:51 |
|
| |
די פאריגע תגובה איז מיר עפעס צוהאלבט געווארן! עס איז אריין נאר די אויבערשטע העלפט דערפון. לאמיר דא משלים זיין דאס איבריגע:
א חרפה און א בושה וואו נידריג מען קען זיך דערקייקלן, א נאמען צו געבן - אדער אפילו האבן א הוי אמינא א נאמען צו געבן - פאר א רעסטאראן "פרעס-טוראנט"!
די סיבה פארוואס איך האב אבער אריינגעסקענט דעם בלעטל איז צוליב א צווייטן נאמען דארט וואס איז מיר גראדע יא געפאלן, הגם מיר האבן די רעכטן דערויף, עס איז COPYRIGHT.
די נאמען געפונט זיך אויפן צווייטן רייע פון לינקס, די 7'טע נאמען פון אויבן אראפ.
THE KRETCHMA!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2006 19:00 |
|
| |
אפשר זענען די נעמען נישט אזוי ליינבאר דא, אבער איינס פון זיינע הוי אמינא'ס איז - נישט מער און נישט ווייניגער ווי - "כלבא שבוע"!
א סקרוך איז מיר אדורך אין די ביינער זענדיג ווי נידריג א געשעפט אייגנטומער קען זיך דערקייקלען מיט איידיעס, נוצן א נאמען פון א ערליכן איד וואס האט געלעבט בימי חז"ל און דאס נוצן פאר א נאמען פון א פרעס געשעפט?!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2006 23:40 |
|
| |
פאר דיין אינפארמאציע, די אלע נעמן וואס דו זעסט דא האבן מענטשן ערנסט אריינגעשיקט, איך ווייס דאס פאר א פאקט, סאו פאר דו באשולדיגסט דעם אייגענטימער פונ'ם געשעפט, מאך קלאר דו פאקטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 01:44 |
|
| |
פרעס'ערל;
פון וואו קענסטו דאס וויסן פאר א פאקט? מיין מושכל ראשון זאגט אז דאס איז פון פינגער אויסגעזויגן! איך גלייב זייער שווער אז מענטשן רופן זיך אן צו א סורוועי איבער נעמען פון א פרעסטאראנט, וואס האבן זיי דערפון? וועלן זיי קענען אריינריקן א שטיקל פיצא אומזינסט צוליב דעם נאמען וואס זיי האבן אריינגעשיקט?
און אויב שוין יא כדבריך, ברויך מען דען יענעם וואנזיניגן נאמען דרוקן? עס איז דא א באקאנטע כלל: נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען מעג טראכטן - מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען מעג זאגן - מעג מען שרייבן, נישט אלעס וואס מען שרייבט - מעג מען דרוקן!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 03:33 |
|
| |
איך -און אזוי אויך דער אייגענטומער פונ'ם סטאר- האבן אויך נישט געגלייבט אז מענטשן גייען אריינשיקן נעמען פאר די סטאר, די מציאות איז אבער אז ס'איז דא מענטשן וואס מאכן זיך וויסענדיג פון די סארט סערוועיס, און זייער אסאך אירע האבן אריינגעקאלט מיט בייפאלען.
מיט דעם ביסטו גערעכט אז מ'דארף עס נישט דרוקן, אבער דאס האט שוין גאר קנאפ מיט'ן סטאר אייגענטומער, עס האט מיט דעם וואס מאכט די אדווערטייזמענטס פאר אים.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 05:51 |
|
| |
פרעטצלס;
עס הערט זיך קאמיש אבער אז דו זאגסט אז עס איז א פאקט, ווער בין איך זיך צו קריגן דערויף?
אבער - שלא באותו ענין - עס דאכט זיך מיר אז די ווארט 'אירע' וואס דו שרייבסט, אין לו שחר, עס איז עפעס נישט קיין ווארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 22:22 |
|
| |
קרעמער,
דיין לעצטע תגובה אויף די ווארט "אירע" האט מיך דערמאנט די אשכול "קינדערישע גערעדעכטצער"
געדענקסט נאך?
היו ימים!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2006 00:08 |
|
| |
מפוקל;
יעפ יעפס
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2006 04:32 |
|
| |
קרעמער, איך פרשטיי נישט וואס דו מאכסט אזא בהלה וואס איז שוין געשען , וואס פאר א תקלה
האט איינער אריינגעשריבן פרעסטוראנט עס איז אפילו נישט אינטערעסאנט
דער נאמען "די קרעטשמע" אין די זיבעטע רייע איז סאך מער ענדערשער פאר די געשעפט די נייע
און בכלל וואס האסטו דען געוואלט מען זאל געבן א נאמען ריין ווי גאלד
די עצם רעסטוראנט דעמאנסטרירט פרעס זאל מען עס נאך רופן מיט א אינהאלטפולע אינטערעס
באלד וועט עס נאך אויסקוקן ווי די 'מאושר' גלייך צו די סעלפונס אן קיין שום קישור
זאל עס הייסן פרעסטוראנט, לאז געמאך וועט העכסטענס יעדער וויסן זייער פאך
|
|
|
|
|