| נשלח ב-8/6/2006 21:27 |
|
| |
נעגעל פין די פיס?
איך ווייס אז נישט יעדער קען אליין שעהרען די נעגעל פון די פיס אבער די וואס קענען יא אליין שניידען וואו אפט שניידט ער אין וואו אזוי קימט איר צי צי די נעגעל פון די פיס און די אלע וואס קענען נישט ציקימען צי די נעגעל ווער שניידט עס פאר ענק
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2006 22:02 |
|
| |
...Because of ny age(73) i use a jickso
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2006 22:24 |
|
| |
איך בין פון די וואס שערן זיך אליינס די נעגל פון די פיס, (איך האב נאך נישט געהערט פון איינעם ווואס קען זיך נישט אליינס שערן, אויסער א קליין קינד).
וויאזוי איך קום צו דערצו איז פשוט, איך שער עס אפ אין ביה"כ, ס'איז דא דארט אן אמבטיה און אויך אזא בענקל, איך זעץ מיך אראפ אויף די וואנע און איך לייג אראפ די פיס אויפן זיצער פון ביה"כ און יאלא מ'שערט זיך די נעגל.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2006 22:36 |
|
| |
פאר ווער ס'ווייסט נישט וואס מיינט אמבטיה ס'מיינט א וואנע
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 00:48 |
|
| |
איך גיי צו א PEDICURE. כ'ווייק די פיס אין א קליינע שיסל מיט ווארימע וואסער און די כינעזער
טוט די ארבעט בשעת כ'ליין דעם ניו יארק טיימס.
שלמה זלמן
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 01:27 |
|
| |
שלמה-זלמן;
וואס קאסט דיר אזא מעשה בגשמיות (שוין נישט צו רעדן פון רוחניות)? -------
איך שער - די צוויי דריי וואס לאזן זיך נאך שערן - שטייענדיג אויף די פאדלאגע (איך-הער; זיי מסביר פארן עולם וואס פאדלאגע מיינט) מיט די פיס ארויף אויפן עסלא (טוילעט זיצער).
אנהייבן-זון;
איך קען שוין קוים ווארטן אויף די נעקסטע אשכול דיינע: מיט וועלכע פינגער רייניגט איר אייער נאז?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 02:24 |
|
| |
אננאבענסאן!
איך הייב אן טראכטן די ביזט די עכטע אננא בענסאן, מיינט אויך אז מ'מוז רעדן פון די גרויליגסטע זאכן אין פאבליק!
ממש, פון די נעגל פון די פיס ווילסטו רעדן, א גאנצער אשכול פון פיסן נעגל, אפשר ווילסטו אויך וויסן וועלכע קאליר זיי טראגן, צו זענען זיי מיט פאנגוס אדער אנע פאנגוס, שמאל און לאנג, אדער ברייט און פלאטשיג....
און דאס אלעס דארף איך אנטרעפן אינמיטן סאפער! נאכדעם וויל די יענטאאש'טע וויסן וואס איז שלעכט געווען מיט די פערפל!.....
ביי דע וועי, קוקט איר אויף אייער ראץ נאכדעם וואס איר בלאזט זיי אין טישו אריין אדער נישט?...... ביטע נישט ענטפערן!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 04:03 |
|
| |
אן א בית דין;
מיט די פיס האב איך בכלל נישט קיין פראבלעם צו שניידן די נעגל, ווייל איך קען נוצן מיין רעכטע האנט פאר ביידי פיס. אבער ביי די נעגל פון די רעכטע האנט האב איך א פראבלעם, מ'שטיינס געזאגט, מיין לינקע האנט -די יד כהה - קען קוים אין צרות זיך ביי פארען ביים שניידן די רעכטע.
און אז מען רעדט שוין פון בלאזן די נאז, ,,,,,,,,, פפפפפפוי........ פוי..... איין מינוט... מיין נאז רינט.... האטשו !!! האטשו !!! ....... נאכנישט פארטיג... [יענטאאש... רוק דיך . ..לאמיך קוקן אויף די לעקטער..] נאך איינס קומ....-הההא... הההאא...- צו... גיין... אאאההה. ההההאטשו !!!!......... אאאאאאאאזוי ... פיין געווען.... שוין יא, וואס האב איך געוואלט זאגן, יא וועגן די ראץ. פארשאלטן זאל זיין די וואס בלאזן ארויס זייער שמוציגן אינהאלט פונעם ראציגן נאז, אריין אין שויער צווישן אלע מענטשן אן קיין בושות. ווי אויך ביים ווישן זיך זייערע באבערדעלטע גופים, פארגעסט מען נישט איבערצולאזן שיריים אינעם האנדטוך אריין, כדי דער נעקסטער זאל זיך האבן פון וואס צו עקלען אין מקוה.
קרעמער;
גראדע איז דא עפעס א מקור אז די נאז פוצט מען מיט די קליינע פינגער, איך געדענק שוין נישט פונקטליך וואו. אפשר וועסטו וויסן בעסער פון מיר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 05:24 |
|
| |
משנה;
בלאזן אין די שויער איז נישט אזוי געפערליך ווייל כאטשיג גייט עס אין סוער אריין, כאטש איך עגרי מיט דיר אז 'פארשאלטן זאלן זיי זיין'.
די ארגערע זענען די וואס ווישן זיך אריין די נאז אפפאל אין די מקוה אריין און מישן דאס אויף מיט די קטנים פון די קליינווארג און זיידע'ווארג, און די קערפער קראצערייען פונעם איבעריגן עולם, מאכנדיג די מקוה פאר א מטהר את ישראל ברוחניות און א פארשמיצער זיי בגשמיות. פוי!!!!!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 05:26 |
|
| |
משנה למלך;
ניין! די קליינע פינגער איז געמאכט געווארן ספעציעל פאר אויערן פיצעריי, די נאז רייניגט מען מיט די ערשטע פינגער נאכן אגודל (די "אצבע"), אזוי שטייט אין רבינו בחיי (ויקרא ח', כ"ג).
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 05:38 |
|
| |
רבותי;
דאס האב איך איצט געקריגן אין גאאגל טאלק פון קרעמער'ן גראדע איך מיט יענטאאש זענען אין קרעטשמע, מיר זוכן א טעמע.
אבער איך האב דאס געוואוסט פארדעם, עטס קענטס מיר מסביר זיין וואס דא קומט פאר? איז שוין באמת נישט דא וואס צו רעדן פון?
איך וויל נישט זאגן וואס איך האב אים גע'ענטפערט, ווייל עס איז אקעגן די תקנות ה'קרעטשמע, אבער איך מיין אז מען גייט פארשפארן דעם אשכול.
לאמיך פא'רופן נאך א מיטונג.
|
|
|
|
|