בית פורומים היימישע קרעטשמע

וואס האט זי געזאלט טוהן?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/6/2006 02:10 לינק ישיר 

זייער זייער ריכטיג געהאנדעלט, איך וויל נישט אריינגיין אין קיין אריכות, היות דער אלטער אמת'דיגער דאיען איז דא צווישן אונז, סיעט נאך אריינגיין אין די גדר פון מוירע האלוכע ביפניי ראבוי (וועא"מ)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2006 16:17 לינק ישיר 

קרעמער ישר כח. כ'האב זיך היינט פארטאגס דערמאנט אז כ'האב זונטאג איבערגעלאזט דא א פרידא טובה, יעצט טשעק איך אויס זעה איך אז די ת"ח האבן זיך צוזאלאזט, און איך ווייס נישט ווי צו אנהייבן און ווי צו ענדיגן.

שלמה זלמן: ס'איז נישט אז איך האב זיך אפגעזאגט צו נעמען; זי האט זיך אפגעזאגט צו געבן. זי האט געהאנדערלט UNILATERALLY.


אויף מרצה זיין מעות, אזוי ווי משנה למלך האט שוין באריריט, זאגט די גמרא דאס לשון "בשביל שיסתכל בה" ס'טייטשט ער טוט דאס פאר הנאה. דערפאר ביי מיר אין שטיב, כאטש כ'האב איינגעפירט אז מ'גיבט נישט גלייב איבער, דאך איז דאס א "שיינע זאך", אבער נישט אבסעלוט.

רייכן די האנט, איז שוין, אין מיין מיינונג אנדערש, ס'איז געצילט אויף צו צייגן, IT''S NICE MEETING YOU, און דארט שטעל איך זיך יא, ביי הוק אר ביי קרוט.

ס'קומט מיר אויס כמעט יעדן טאג זיך צוטרעפן מיט פרויען. איך מאך זיכער, נאך ביים סקעדשולינג, צו זאגן:

Although we do have great respect for every human being, but, purely as a religious rule; we don't do cross-gender hand shake.

טו מאטש אפ מיי סופרייז, האב איך שוין געטראפן אזאנע וואס זיינען נישט באהאווענט געווען מיט די מנהג, אבער קיינמאל, NEVER EVER, האט עמיצער געהאט א פראבלעם מיט דעם. פארקערט, אין א שמועס מיט אייניגע פרויען האב איך אמאל זיי מסביר געווען אז די מנהג, אין א געוויסע זין, איז אהערגעשטעלט כדי צו היטן אויף די פרויען'ס זעלבסשטענדיקייט. און ווער נאך ווי א גוי'אישע פרוי האט אזוי גיט פארשטיינען די באדייט?...

דרך אגב, שלמה זלמן, מיט א שטיק צייט צוריק, האב איך געזעהן א תשובה פון א היינטיגער רב, ווי ער איז זיך מטפל אפצוווענדן א היתר פון "שלמה קארלבאך" אז משום כבוד הבריות טאר מען נישט אפזאגן ווען א פרוי שטרעקט אויס די האנט.

 לויט וויפיל ס'איז מיר היינט באקאנט איבער שלמה קארלבאך, ווייס איך נישט צו די היתר איז כבוד הבריות אדער הנאת הברית....
 
ליינט אין די אויבנדערמאנטע לינק די פאראגראף:

When he asked her to show him around the camp, Rachel says she felt, "what an honor [it was] to be alone with this great man."




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2006 18:30 לינק ישיר 

בנוגע שאקלן הענט מיט פרויען לצורך ביזנעס, האב איך לעצטנס געזען א מורא'דיגע מעשה, וואס האט פאסירט ביי הרה"ח ר' ישראל דוב (בערל) האלברשטאם ז"ל פון אנטווערפן (דער זון פון ר' ברוך אברהם ז"ל), וואס ער שילדערט אויספירליך אין זיין גאר אינטערסאנטן ספר (כ'געדענק נישט יעצט דעם נאמען) וויאזוי עס איז אים געלונגען צו טאן געשעפטן מיט די גרעסטע דיימאנט סוחרים אויפן בערזע נאר אדאנק דעם וואס ער האט אפגעזאגט צוריקצוגעבן די האנט פון א פרוי וואס איז מיטגעקומען צו די מיטינג זייערע (איך שרייב דא די מעשה אויפן שפיץ גאפל ממש, עס ווערט הערליך מייסטערהאפטיג באשריבן אין יענעם ספר, עס לוינט זיך צו ליינען אינעווייניג, א שאד איך האב עס נישט דא, איך וואלט עס אריינגעסקענט), עס איז געווען א מורא'דיגע קידוש השם ווי דער אפגעריסן חסידיש אידל מיטן בארד, דער עקשן וואס האט געהאט די חוצפה אפצוזאגן א האנט שאקל מיט איינע פון די גרעסטע סוחר'טעס אין די ליין, האט גאר באוויזן צו מאכן א דיעל מיט זיי וואס האט אים ערווארבן א נאמען אלס גרויסע דיימאנט סוחר אין די בערזע.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/6/2006 19:52 לינק ישיר 

*



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > וואס האט זי געזאלט טוהן?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית חברה וקהילה המכילה פורומים פתוחים וסגורים של קהילות קטנות וגדולות בחברה החרדית. בוגרות סמינר, בוגרי ישיבות, פורומים לנשים בלבד ודיונים חברתיים פנים חרדיים.