| נשלח ב-13/6/2006 04:50 |
|
| |
בין איך דער בעסטער מאן?
נעכטן נאכמיטאג האט מיין ווייב זיך נישט גוט געפילט. ארום זעקס אזייגער איז זי אריין אין בעט
און מיט א שוואכע שטימע מיר געשיקט רופן: "שלמה, כ'פיל נישט גוט, פליז נעם קער אויף די קינדער
און אויב די מיינד'סט נישט ענדיג אויסוואשן די טוילעט ווייל כ'האב נישט קיין כח. פארגעס נישט
צו אויסהערן חיים'ס נקודות צעטל, ס'איז זיין האומווארק און שָרי מוז זיך באדן היינט ביינאכט,
אירע האר קלעפט פון שבת." זייענדיג דער גוטער מאן האב איך געזאגט מיט געפיל: "האָני, רוה זיך
אויס און זארג נישט פאר גארנישט. דיין געזונט איז פאר אלעס. כ'וועל אלעס טון. דו שלאף נאר."
כ'האב זיך תיכף גענומען צו די מלאכה. ס'טייטש. די ווייב פילט זיך נישט גוט. איך דארף טון
מיינע פליכטן. כ'האב געענדיגט אויסוואשן די טוילעט (מיין פלייצע טוט נאך יעצט וויי פון דעם);
כ'האב געגעבן די קינדער נאכטמאל; כ'האב איינגעשטעלט פרידן צווישן די קריגערישע צדדים; כ'בין
געווען דער שופט צווישן שרי און חיים, ס'איז פארגעקומען א העפטיגער
ער-האט-געזאגט-זי-האט-געזאגט געפעכט און איך פיל אז איך פאל צוזאם. אינ'אמת'ן אריין איך האלט
שוין לאנג אז מיר אפרישיעיט'ן נישט גענוג די ארבעט פון די ווייבער. איין נאכט צו זיין א
"מאמע" און איך בין שיער אראפ פון זינען. כ'האב געבאדן די קליינע, אנגעטון פידזשאמעס, און
אריינגעלייגט אין בעט. איך זעץ זיך אוועק אויפ'ן קאוטש צו כאפן דעם אטעם און שאקס! כ'האב נישט
געמאכט די האומווארק מיט חיים. גוט, ער שלאפט נאך נישט. איך שלעפ אים ארויס און איך פאנג אן:
ויחנו, ויבוזו, ויסעו. אוי ווי איך וואלט יעצט געוואלט ערגעץ אוועקפארן. גוט, ער האט שוין
געענדיגט, כ'שרייב אים א מצוה צעטל און אריין אין בעט. אבער איין מינוט. כ'האב נישט געפוצט די
ציין פון קיינעם. אוי א בראך. אז זי וועט געוואויר ווערן פון דעם בין איך אין טראבל. די צוויי
גרויסע שלאפן נאך נישט, כ'נעם זיי ארויס פון בעט צו בראשן די ציין. "כ'האב נישט ליב טאַטערישע
טוטפעיסט, איך דארף די קינדערישע." גיי ווייס וועלכע ס'איז קינדעריש. מיין גרויסער טרעפט דעם
טיוב נאך א זוכעניש. ביז ווילאנג וואס ווען איז שוין געווארן שפעט און די קינדער זענען
געגאנגען שלאפן שפעטער ווי זייער נארמאלע צייט. ס'הייסט די קלענערע זענען אריין אין בעט 8:30
אנשטאט 7:30 - 8:00 און די גרויסע זענען געגאנגען שלאפן שוין נאך 9. איצט בין איך שוין געווען
אינגאנצן דערקוטשעט.
ס'שטייט ערגעץ אין ספרים אז פרעה האט פארטוישט אין מצרים די ארבעטס פון די מענער מיט די
פרויען. די מענער'ישע ארבעט האט ער געגעבן פאר די פרויען און די פרוי'אישע פאר די מענער.
ס'איז אינטערעסאנט. כ'קען ארבעטן שווער א גאנצן טאג מיט אווערטיים און נישט זיין אזוי
אויסגעמאטערט ווי דריי שעה זיין א "מאמע".
יעצט האב איך זיך אויסגעצויגן אויפ'ן קאוטש מיט א בוך אין די הענט צו רעלעקסן. כ'האב געזויגן
א פריז פאפ לשם פארגעניגן און צו נאס מאכן די גוימען. כ'האב עס כשר פארדינט. "טאטי, איך הוס א
גאנצע צייט איך קען נישט איינשלאפן". הייליגער באשעפער. וואס האב איך געזינדיגט היינט?! יא,
איך הער גוט דעם הוסן און ס'איז צרות. "אקעי, כ'ברענג דיר וואסער". די וואסער האט נישט
געהאלפן. די אראנדזש דזשוס האט אויך נישט געהאלפן. די טיילענאל אויך נישט. כ'האב נאך נישט
געוואלט אויפוועקן די מאמע. אבער דער הוסן הערט נישט אויף. "לייג זיך אויף די לינקע זייט"
פרואוו איך, האפענדיג אז אפשר וועט דאס העלפן. "טאטי, מיין האלז". וואס נאך קען איך טון? זאל
איך קאלן מיין שוועסטער? וועט זי דאך קלערן אז איך בין א לא יוצלח. מיין שוועגערין? זי איז א
העלט נאָט. זי וועט הייסן גיבן עפעס א געמיש פון א ביטערע טיי מיט בלעטער. אין מיין
פארלעגענהייט האב איך געטוהן וואס אידן האבן געטוהן אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר. כ'האב
ארויסגענומען דעם סידור און געזאגט מזמור יענך מיט אזא כוונה אז כ'האב שיער געוויינט. באשעפער
איך פאל צוזאם. מיין ווייב איז אין בעט און דער קליינער שלאפט נישט איין, פליז!!!
כ'בין צוריק געגאנגען אויפ'ן קאוטש און גענומען דעם בוך אין די הענט. די הוסערייען זענען
געווארן שטילער און שטילער אין דער זעלבער צייט וואס מיינע אויגן האבן זיך פארמאכט מער און
מער. איך וועק זיך אויף איינס אזייגער אויפ'ן קאוטש. די פלייצע רייסט. נישט געווען צו
באקוועם. ס'איז געשמאק איינצושלאפן אין א קאוטש אבער נישט שלאפן דארט. כ'וועל אריינגיין אין
בעט איצטער. אויפ'ן וועג צום שלאף צימער גיי איך דורך די קיך און די גאנצע נאכטמאל שיריים
ליגט נאך דארט אויפ'ן טיש און ס'ווארט אז ס'זאל כאטש ווער זיך אומקוקן אויף זיי און
אראפרוימען. איך גיב א נעם די גרעסערע שמוץ, די טעלערס און עסצייג און איך ווארף זיי אין
מיסט. די טרינקען און עסן אין פריזשידער און א גוטע נאכט.
* * *
צופרי.
מיין ווייב זיצט שוין אין קיך ווען איך קום דארט אריין. זי טרינק א קאווע און ליינט עפעס וואס
ליגט אין פראנט פון איר. "גוט מארגן, וויאזוי פילסטו זיך? בעסער?". "גאנץ גוט", מומרמעלט זי
ארויס. "די טיש איז קלעביג, האסט נישט אפגעווישט די טיש נאך סאַפער?" איך זוך אן אויסוועג:
"ווייסט אברומי האט געהוסט ביז האלב עלעף, ער האט נישט געקענט איינשלאפן און..." זי האקט מיר
איבער: "דו קוקסט נישט אויף אן עקספירעישן דעיט? די טיילענאל איז שוין עקספייערט צוויי יאר.
בכלל, האסט געגעבן נאר איין טי ספון. א קינד אין זיין עידזש גיט מען צוויי טי ספון'ס. ס'איז
גארנישט ווערד געווען". איך פרואוו ווייטער: "כ'האב אויסגעפינען ווער ס'האט אויסגעשמירט די
טוילעט, כ'האב געמאכט א שטיקל אינוועסטיגעישן און געכאפט דעם קולפריט. ער האט זיך מודה
געווען". איך מוז ווייזן מיינע פעאיגקייטן. "ס'איז אן אלטע כלל: אז מ'הוסט לייגט מען אונטער
אפאר קישענעס", איז זי ממשיך מיט דאס פריערדיגע ווי גלייך כ'האב גארנישט געזאגט ממש יעצט. איך
גיב נאך נישט אויף. איך זוך סימפאטיע: "ווייסט, חיים האט גוט געקענט די עברי נעכטן". "און ער
איז אריין אין בעט עיט טורטי", ענטפערט זיך אינעם זעלבן אטעם.
פרעג איך אייך מורי ורבותי. בין איך נישט דער בעסטער מאן? בין איך נישט דער מאדעל מאן? איך
בעט פון די ליינער, און דער עיקר פון די פרויען ליינער דא (אויב ס'איז פאראן אזוינס) אז מ'זאל
מיר זאגן צו איך בין נישט דער בעסטער מאן אויף דער וועלט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 05:05 |
|
| |
די שרייבסט,
"אינ'אמת'ן אריין איך האלט שוין לאנג אז מיר אפרישיעיט'ן נישט גענוג די ארבעט פון די ווייבער. איין נאכט צו זיין א "מאמע" און איך בין שיער אראפ פון זינען."
די ביסט געווארן א מאמע פון איין מינוט אויפן צווייטען, אבער די מאמעס ווערן מאמעס צוביסלעכווייז, עס נעמט זיי כאטשיג אכצען און א דריי א פערטל יאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 05:30 |
|
| |
שלמה זלמן היקר, ביזט דער בעסטער מאן אויפ'ן פלאנעט, אבער פון א מאמע פארגעס. דאס קען א מאן נישט "ריפלעיסען" זיי נישט בייז, פונקט ווי די האסט נישט דעם פיזיקאלישער אויסקוק ווי א פרוי, אזוי וועסטו קיינמאל נישט קענען זיין א צדיקת.
וואס דו האסט געטון איין נאכט טוען זיי מער ווייניגער אלע יארען ביז די זקנה ושיבה אן א גיט ווארט, אן א טעגליכען דאנקבארקייט. נאר מיט א געפיהל און הארץ וואס עס לאזט זיך נישט באשרייבען.
אפשר ווען די וועסט אנהייבען וואשען געשיר און אינטער וועש, אויפווישען קינדער ברעכאץ מיט קינוח והדחה מידי יום ביומו, אז די וועסט קאכען נאכטמאהל אינטער אלע אומשטענדען, אויפשטיין סיי וואסערע צייט צום קינד דאן וועסטו קענען פארשטיין מקצת מן המקצת וואס זיי גייען דורך און כ'רעד שוין נישט פון אנדערע עניני צערי הגוף והמוח בעידן חדותא וכדו' וד"ל
באשר על כן, ביז דו מאכסט נישט א ט. אפערעישאן זאג עהרליך דעם שלא עשני אשה
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 05:47 |
|
| |
שלמה_זלמן טייערער;
איך וויל דיך ח"ו נישט באשולדיגן, אבער איך טראכט פשוט, קען זיין אז דיין ווייב האט זיך פשוט געלערנט פון דיר, ענק האבן זיך געטוישט אויף איין טאג, געווענליך טוט זי די אלע פארהערן - נעזער-ווישן - פעמפערן - באדן ארבייט בשעת דו זיצט אויסגעשפרעלעוועט אויפן קאוטש מיטן צייטונג אין די האנט און ווערסט דארט אנטפאפן, און דערנאך ווען דו וועקסט דיך אויף און זי פרעגט דיך האו ארר יו? ענפערסטו מיט א געבלאזענעם פארשלאפענעם קול 'ב"ה, ווי האסטו געלייגט די ענוועלאופ וואס איז דא געווען אויפן טיש?' און אז זי ענטפערט 'כ'האב עס אוועקגעלייגט ביי דיינע שמאנצעס' ענטפערסטו 'ווער האט דיך געבעטן? אייביג פאקסטו אוועק וואס מען בעט דיך נישט'!...... און אפילו זי פרובירט זאגן אז 'שרי האט גוט געקענט די טעסט' זאגסטו איר 'קיין קאלא סאדע איז שוין אויך נישט דא? נו וואס דען האט געקאסט אזוי טייער די ארדער היינט'?!....
איך זאג נישט ח"ו אז דו ביזט אזוי, איך טראכט נאר אפשר.....
אויב נישט, דאן קען זיין אז דו ביזט די בעסטע מאן. אבער פארגעס נישט אז דעמאלטס איז דיין פרוי דו בעסטע ווייב ווייל זי טוט דאס 'יעדן טאג'.....
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 16:24 |
|
| |
משנה;
האסט מיר אנגעמאכט בושות, נעקסט טיים שרייב אז מען זאל פארלעשן דעם ספיקער איידער מען קליקט אויפן לינק...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 16:33 |
|
| |
גם אני מצטרף לדברי קרעמער.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 17:52 |
|
| |
איך קענן נישט זאגן אז די ביסט די בעסטע מאן אבער פון די בעסטע ביסטו יא
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 22:44 |
|
| |
יא!!!!!!!!!!!!!!!!!!! יא!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! שלמה_זלמן: ווי די לייגסט עס אראפ ביזטי טאקע די בעסטע פין די בעסטע אבער איין קליינע שאלה: " צי ווייסט דיין ווייב אז די שרייבסט אויף הייד פארק? וואס פארא קשר האסטי מיט איר? דערציילסטי איר אלעס? "
דאס איז א מוראדיגע זאך וואס מיר דארפן אלעמאל געדענקן. ביז איך האב מיך עס נישט אויסגעלערנט האב איך נישט געוויסט וואס עס פעלט מיר. מ'מיינט זיי כאפן נישט,זיי ווייסן נישט. שוין איינמאל ווי זיי כאפן. ביז איך האב געזעהן אז ס'וועט זיין צרות אויב איך פארצייל זי נישט פונקטליך ווי איך פארברענג זעמער אייביג געוועהן עפעס אזוי קאלט. איך האב זיך קוידעם איינגערעדט אז ס'איז גארנישט, זי איז נישט מיין טייפ עפשר, אבער נאך גרויסע חסדים האב איך זיך אמאל אפגעמאכט איך גיי איר פארציילן.
מענטשן איך קען ענק אפילו נישט זאגן וואס פארא חילוק דאס האט אויסגעמאכט פאר מיר, פאר איר, פאר מיינע קינדערליך. א נחת! איך בין היינט א אנדערע מענטש, א ציפרידנע, א ראויגע. וואס מיינט עטס די ווייבער זענען עפעס שלעכטע, זיי זענען פשוט באזארגטע אין ווילן פינקטליך וויסן ווי מיר זענען, ציפרי, בייטאג, ביינאכט. נמשל מיין ווייב וויל אייביג וויסן צי מיין חבר איז אנגעקימען צים שיעור. וואס שטערט מיר צי זאגן: א פיינעם שיעור געהאט היינט; אדער מיין חבר איז נישט היינט אנגעקימען, כ'האב געלערנט אליינס ס'איז זייער גיט געוועהן. א פרוי פילט זייער ראויג אז די מאן רעדט זיך דורך מיט איר אין דערציילט איר אלעס. פארוואס זאלסטי אינדשויען קיקן א פילם אן דיין ווייב. היינט קען איך עס שוין נישט פארשטיין.
איך האלט דאס איז דער חורבן היינטיגע צייטן. מענטשן וואס מ'מיינט אז ס'גייט זיי גיט,זיי האבן געלד זענען אינערליך נישט ציפרידן. פארוואס? ווייל זיי האבן נישט קיין קשר מיט זייערע ווייבער.
פראבירטס עס אויס,איך זאג ענק, ענק וועלן נישט חרטה האבן.......
תוקן על ידי - ווארצל - 13/06/2006 22:52:10
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 22:55 |
|
| |
WORT
!!!!!! You are sooooooo wright, every word is true
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 23:20 |
|
| |
אגוטן געטרייער "מאן" שלמה זלמן
דיינע שורות וואס דו האסט דא אראפגעלייגט, לא אכחד איך האב שוין אויך אין בריוון אראפגעלייגט ענדליכ'ס אבער נישט בפועל..
קודם פאר דיר א ווארט, ווער וואו דו אליינס ווייסט דעם ריינעם אמת, אז די נאכט "איז נאר אדאנק דיר" געגאנגן געשמירט. דו האסט אראפגעלייט א וואונדערבארן ארבעט, ווילסט אז איינער זאל דיר עס זאגן אפן אין פנים אריין, גוט, וועל איך זיין דער! שלמה זלמן, אן דיר וואלטן זיך די קליינע נישט געקענט באגיין.
דאס וואס דיין ווייב האט גערעדט אזוי, וועל איך דיר אראפלייגן די בילד, איין טאג ביי אונז אין אפיס, זיץ און הער.
עס האט געדארפט צוקומען א פרישע האנד אין ביזנעס, מען האט געזוכט, זיך נאכגעפרעגט און געטראפן איינעם וואס האט שוין אביסל עקספיריענס אויף א קלענערן פארנעם, אקיצור, מ'האט אים אראפגעזעצט צוזאמען מיט די פריערדיגע ארבעטער'ס און מ'האט אים אנגעצייכנט זיין עבודה אויפן קומענדיגן טאג.
ער קומט אריין דעם אויסדערוועלטן טאג, איך פערזענדליך האב הנאה געהאט וויאזוי ער גריסט די גוים-ארבעטער'ס אזוי מיטן גאנצן שטאלץ, אן קיין בושה, ער הייבט אן זיין סדר, ער פרעגט על דא ועל הא, און אזוי הייבט דער טאג אן אויף די ריכטיגע רעסלן
והילד איננו - דער בעה"ב איז אנגעקומען!! [אם שגיתי בלשוני ד' הטוב יכפר] ער שרייעט ווער האט דא געלייגט די סחורה, דער אינגערמאן [מיט זיין פריערדיגן שטאלץ צוזאמען] האט איינגעמאכט פאר שרעק, דער בעה"ב שרייט, כ'פארשטיי נישט, 12 יאר ארבעטן דא מענטשן קיינעם איז נאכנישט איינגעפאלן צו מסדר זיין די סקיט אויף דעם וועג וכו' וכו'. די מעשה איז געגאנגן אסאך ווייטער, איך ענדיג נאר דא.
דער פרישער ארבעטער האט געטוהן עפעס שלעכט? בכלל נישט, א נייער א פרישער מענטש וואס איז נאכנישט אין דעם פאזישין ווייסט באמת נישט וואס און וויאזוי מ'דארף יעדן דיטעיל טוהן, נישט אז: אלעס מוז איך דיר פונקטליך זאגן, אנדעם וועסטו קיינמאל נישט פארשטיין!! לא מיניה ולא מקצתיה, מדארף עקספיריענס אין יעדן זאך
דאס זעלבע אינדערהיים, און דאס זעלבע ביי געשיר און דאס זעלבע ביים פארקן דעם קאר. געב איר דאס איינמאל צו פארקן און רייס דיך פאר געלעכטער...
הצלחה
נ.ב. דו קענסט מיך אויף מיין אנדערע ניק, אבער איך שרייב דא נאר מיט דעם ניק, סארי
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2006 08:01 |
|
| |
וואלסט איר געדארפט אריינגעבן פארן נישט אוועקווארפן טיילענאל וואס איז שוין עקספייערט צוויי יאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2006 19:36 |
|
| |
לעולם יהא אדם זהיר בכבוד אשתו שאין הברכה מצויה בתוך ביתו של אדם אלא בשביל אשתו שנאמר ולאברם היטיב בעבורה. אמר להו רבא לבני מחוזא אוקירו נשייכו כי היכי דתתעתרו: (ילקוט שמעוני בראשית - פרק יב - רמז סח)
אוקירו לנשייכו בגין דתתעתרו תיקוני זהר דף ל/ב כ'האב אמאל געהערט פין א חבר אז וועגן דעם טאקע איז דא מער נגידישע אידן ביי אינז חסידישע ברודערלעך וועגן מיר זענען מכבד אינזערע ווייבער.....
תוקן על ידי - ohrchodosh - 14/06/2006 19:38:54
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 23:28 |
|
| |
שלמה זלמן טייערער, הער מיך צו:
דיין ווייב, ווי רוב אנדערע נשים, האבן נישט קיין שום אנדערע דאגה אויסער די שטוב ווירטשאפט און די קינדער. איך מיין נישט צו זאגן אז דאס איז נישט געפערליך, זיכער איז עס פון די עבודות הקשות שבמקדש, אבער פונדעסטוועגן – בלויז דאס און נישט מער. דאס טוט זי טאג טעגליך, גענוי ווי דו גייסט יעדן טאג ערליך אריין צו דער ארבעט און דו האסט דעם עול הפרנסה אויפן קאפ.
דיין אשה צדקנית, האט א געוויסע "בארואיגונגס פיל" – און אזוי העט ווען געדארפט זיין אין יעדע אידישע שטוב – אז די פרוי ווייסט אז זי איז נישט אינגאנצן אויפן וואסער אליין. אויב עס מאכט זיך סיי וועלכע שוועריגקייט – ווי צ.ב.ש. ווי דו זאגסט אז דיין ווייב האט נישט גוט געשפירט – האט זי א שותף, איר געטרייער מאן, צו וועמען זי קען זיך אויסרעדן דאס הארץ און פארלאנגען הילף, און זי ווייסט אז דער מאן וועט איר נישט אפזאגן אין אזא מצב. דאס גיט א גוטע געפיל פאר א פרוי, און עס נעמט אראפ פון איר עול. ספעציעל נאך אויב זי ווייסט אז ווען דער מאן וועט זעהן איר ארבעט וועט ער דאס שעצן און איר קאמפלימענטירן דערויף.
איז אזוי. ווען דו האסט איבערגענומען די שטוב ווירטשאפט, ביסטו געווען (פילייכט) נאך א טאג שווערע ארבעט, אויסגעמוטשעט, און די דאגת הפרנסה און די עול צו צאלן אלע בילס אין צייט איז אויך געווען אויף דיין קאפ. קיינער האט עס נישט איבערגענומען פאר א וויילע. און אויף די אלע דאגות, האט מען אויך ארויפגעלייגט דיין ווייב'ס ארבייט, קער צו נעמען פון די קליינע קינדערלעך, וואס ווארשיינליך האסטו נישט אזויפיל עקספיריענס דערמיט ווי דיין אידענע, ממילא קומט דאס אן פיל שווערער... און ועל כולם, האסטו נישט געהאט די "בארואיגונגס פיל" אז דו קענסט זיך אפזאגן אביסל פון דיין ארבייט, ווייל דיין ווייב איז דאך געשלאפן און זי איז נישט געווען פיזיש ביכולת קער צו נעמען. און ווארטן אויף א קאמפלימענט האסטו אויך נישט געקענט, והא ראי' די אלע פסקים וואס דו האסט באקומען פון דיין אשה צדקנית דעם נעקסטן פרימארגן... טא ווי אזוי טראכסטו אז דיין ווייב ארבעט יעדן טאג אזוי שווער? דאנט ווארי.
אין מצרים שטייט האבן די רשעים מצריים פארטוישט מענער מיט פרויען ארבעט; כאטשיג האבן די מענער נישט געהאט די דאגת הפרנסה! אבער דא איז געווען (...ערגער?...) אז דו האסט געהאט ביידע, ווי חז"ל רופן דאס אן, קרח מכאן וקרח מכאן, ממילא איז נישט קיין וואונדער אז דו האסט געהאט אזא "הארד טיים"...
נ.ב. ווארצל: נישט יעדער דא וואטשט פילמס, און נישט יעדער מאן וואס וואטשט האט א פרוי וואס וויל אויך וואטשן. עפ"י רוב זענען די נשים בבחי' "אשה צדקניות" און זיי ווילן נישט קוקן. ממילא זענען פאראן אזעלכע וואס וואטשן אליין. ודו"ק.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 05:18 |
|
| |
אהההההה. דער טאבאק שמעקט אזוי גוט............
בקשר צו פילמ'ס, מוז איך מודה זיין אז דו ביסט גערעכט. נשים וועלן קוים אין צרות וואטשן א פילם, ווי כשר עס זאל נאר זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 20:09 |
|
| |
איך וואלט געזאגט אז דער אשכול בלאנגט ענדערש אין שיעור עיון אדער אין בחח משפחה, סיז זייער אן ערענסטע טעמע, וואס געווענדליך אויף אן אנגעטרונקענעם האלדז, שמועסט זיך דאס נישט אזוי געשמאק. אבער דאך זעה איך דער עולם האט זיך געגעבן א ניכטער אויס, און גערעדט צום זאך, דער עולם (גולם) האבן זיך צולאזט יעדער לויט זיין שטייגער, און געשריבן געלאזט זיך הערן, כ'מיין מ'שטיינס געזאגט, כולנו בני איש אחד אנחנו, אלע האבן צומאל דעם סיטואציע, די רביצין קרעכצעט, און אפס... מ'ווערט א מאמע אויף עטליכע שעה, מ'מוטשעט זיך איבערמידלעך צו פארשטיין וויאזוי זיי די עזרת נשים פארנעמען דעם דאזיגן עבודת הכי קשה שבמקדש, וואס מיר מיט אונזערע איידעלע (?) הענט ווייסן קוים וויאזוי מ'ווישט אויף וואס איז פארשמירט געווארן אין בית הכסא, מ'שטיינס געזאגט, פארוואס זאל דאס אפילו פאסירן?,
אקיצער אלץ דאיען פון די קהלה מוז איך ארויסברענגן מיין איבערגרעניצלאזע פרייד אויף די שפאלטן פון די קרעטשמע, אז דער עולם איז אין די גוטע ריכטיגע רעלסן, איך טוה ווידערהאלן, אז איך האב זיך מיין אייגענע מהלך בנושא, און איך בין נישט אויף איין דעה מיט אלע קאמענטארן וואס דא איז געווארן ארויפגעברענגט, אזוי ווי איר וועט אפשר זעהן אין מיין ווייטערדיגע שורות, אבער דאס געט דאך רעכט פאר אלע מעמבערס אז זיי מעגן, יא זיי מעגן האלטן אנדערש ווי מיר, פונקט ווי איך מעג האלטן אנדערש פון זיי.
איצט לעניננו, שלמה זלמן קאנגראטולעשנס, דו ביזט א גוטער מאן, אה טאקע א גוטע מאן, אבער נישט קיין גוטע פרוי, א זאך פון וואס א מענטש האט הנאה איז איהם נישט שווער צו טוהן און ארבעטן אנצוקומען צו דעם, ער איז גרייט צו ארבעטן 48 שעה א מעל"ע אויב סיוואלט נאר געווען.
פונקט געהערט א גוט ווארט, וואס איז נפק"מ צווישן די אמעריקאנע פרייע דעמאקראטישע סיטיזן, און די סאוועטישע פארשקלאפטע קאמוניסטשע סיטיזן, אויבן אויף ווען איינער זאל נישט וויסן וואס דא גייט פאר, זעהט ער דעם אמעריקאנעם ארבעט און ווערט פארשווארצט פון אווערטיים, אלעס פאר אפאר דאלער, וואס ער האפט צו מאכן סוף וואך, דער רוסישער (נאך אין יענע צייטן) ארבעט בכלל נישט אזוי שווער, ער שטרענגט זיך נישט איבער, האט צייט צו שרייבן אויף היידפארק, (אויב וואלט ער געמעגט) טרונקט וואדקע מיט לחיים אלל דעי אראנד, און ארבעט שטעלט צופרידן זיין "חבר" דער אויבערהאר זיינער, ער באקומעט זיין עסן, נישט קיין חילוק צו ער האט געארבייט אווערטיים אדער נישט. למעשה איז דער רוסישער אונטערדרוקט און דער אמעריקאנער פריי? אפילו אז אויף דעם אויסזעהן קוקט אויס אז דער רוסישער איז מער רואיגער וכו' כו', און וואס איז דער אמת'ער חילוק, דער עולם ווייסט דאך מסתמא, אין רוסלאנד, האט מען געארבייט פארן טייוול, און אין אמעריקא ארבעט מען פאר זיך, און רוסלאנד ארבעט מען ווייל "מ'דארף" ארבעטן פאר די מוטער-לאנד, און אין אמעריקא ארבעט מען טאקע פאר אנקעל סעם אבער למעשה ארבעט מען פאר זיך, אויב ארבעט מען פלייסיג, איז דא געוואלדיגע הבטחות, פון סאשעל סעקיורעטי וכדו', בקיצער מ'ארבעט פלייסיג, מ'ווארט נישט אויף קיין קאמפלימענט, פארשטייט זיך מ'האט הנאה פון דעם, און מ'וואלט זיך געוואונטשן ווי מער מענטשן זאלן איינערקענען אין מיין קוואליפיקאציעס, -פארשטייט זיך ווענד זיך ווי א מענטש- אבער זיכער איז דאס נישט די גאול.
איצט אז מ'זאל נעמן אין באטראכט, פון וועמענס קינדער מ'רעדט דא, און מ'וועט פארשטיין אז מ'רעדט דא נישט פון די ווייב'ס קינדער, נאר דאס איז אונזערע קינדער פונקט ווי זייערע, פאר זיי איז דאס לייכט טאקע נאר באופן אז זיי פילן אז זיי טוען עפעס אויף, סיז דא ליידער גענוג און נאך פרויען וואס פילן און שפירן טאקע נישט קיין טעם אין זייער ארבעט, און אזוי ווי איינער האט פריער אויפגעמערקט, זיי זענען פשוט צוגעוואוינט, סיז גאר מעגליך אז זיי ארבעטן פונקט ווי דער רוסישער אונטער די קאמוניסטישע רעזשים, נאר מיט אביסל אן אנדערע מאטיוו, ממילא כ'האף און כ'גלייב אז דא צווישן אונז איז נישט דא אזעלכע, פארשטייט זיך אז דער מאן דארף אריינלייגן אסאך כוחות אז די פרוי זאל טאקע גלייבן אין איר טוהן אז סיז פונקט אזא מצוה ווי דעם מאנ'ס מצוות, כ'געדענק א טעיפ פון איינע פון די דרשנים -כ'געדענק נישט פונקט ווער- איז געשטאנען אויפ'ן קעפל, אז די פרוי מיט איר ארבעט איז פונקט אזא הייליגע און חשוב'ע עבודה ווי דער כהן גדול אין קודשי קדשים, א פרוי דארף טאקע וויסען און גלייבן אז זי איז באויפטראגט מיט איר ארבעט, נישט ווייניגער ווי אונז מענער זענען באויפטראגט צו לייגן טו"ת אלע טאג, און זי איז טאקע פטור פון די אלע מצוות, נאר טאקע ווייל זי זאל זיך קענען אפגעבן כדבעי מיט איר הייליגע ארבעט, און דער מאן איז באויפטראגט איר אריינצגעבן די חיות, זי זאל שפירן אז זי האט א חלק אין דעם מאנס אלע מצוות, דורך דעם וואס זי איז געטריי.
על כל פנים, איז פשוט פארוואס זיי איז דאס גרינג, פארשטייט זיך אז מיט די הקדמה וועט שוין זיין לייכטער פאר דעם מאן ארויסצוהעלפן אין שטוב, אויב איז דאס וויכטיג, מ'רעדט דאך דא פון אונזערע בלוט און פלייש, און ווען א שטוב איז אין א שווערע סיטואציע, יעמאלט איז מען מחויב ארויסצוהעלפן, נישט צוליב דע סיבה פון קאמוניזם, נאר דוקא ווייל אזוי איז גוט פאר אונז אלע.
ואסיים כבר.
 |
|
|
|
|
|