| נשלח ב-14/6/2006 19:52 |
|
| |
איז מער נישטא קיין מענטשליכקייט?
ב"ה
איך זעה אז משיסט נישט קיינעם נאכן שרייבן, מיין ערשטע פרישע אשכול גייט גוט, איך האב אזוי מורא געהאט צו שרייבן, לויט מיר ווארפט זיך קרעמער און ציטערט נאכן שרייבן 3000 תגובות
מען קען נישט היינט קיינעם געטרויען, דער עולם איז א באנדע חיות, די פאר מעשיות האב איך געהאט די לעצטע צייט
איך ווייס פון א פלאץ וואס איינעמ'ס ווייב האט געפעקסט א צעטל צו איר מאן, און איינער פון די ארבעטערס האבן ארויסגענומען די טינט פון די פעקס און עס געליינט, ס'איז א ריכטיגע חרם רבינו גרשון
מען נוצט יענעם'ס סעלפאן פאר אפאר מינוט, פרעג קודם צו ס'רעכנט אים נישט קיין געלט, נישט זאג איין מינוט און נאכדעם רעד אויף יענעםס חשבון
פארק דיין קאר געהעריג , בלאק נישט דריי דרייוועיס ובפרט און די ביזי צייט,
מדארף טראכטן פון אן אנדערעם אויך, נישט נאר פון זיך
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2006 20:24 |
|
| |
פארוואס ווען מ'שטייט אין ליין אין סופערמארקעט פארשטייט יעדער נארמאלער מענטש אז עס איז נישט מענטשליך זיך צו אריינכאפן, ווייל יעדער פארשטייט FIRST COME FIRST SERVED, אבער ווען מ'דרייווט א קאר און מ'שטייט אין ליין ביי אן עקזיט, פאלט ניטאמאל ביי אז עס איז נישט מענטשליך זיך אריינצוכאפן.
מאי שנא?
איז עס ווייל אין קאר איז מען איינגעבאקסט אין מ'זעהט נישט פונקטליך ווער דו ביסט איבערהויפט אז די קאר איז טינטעט?
די זעלבע פארוואס די רגע עס ווערט גרין די לייט פייפט מען, איך ווער באמת אפענדעד ווען איינער פייפט אויף מיר, עס איז פונקט ווי יענער זאל מיר שרייען אין פנים אריין "געט דיך שוין א ריר די בהמה", פאר א חבר קען מען עס נאך זאגן, אבער פאר יעדן פרעמדן מענטש?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2006 21:47 |
|
| |
קושקע
עס זעט זיך אויס אז דו וואוינסט ערגעץ אין אקסלעהודע, און דו פאלסט נאר אמאל אמאל אריין אין די היימישע געגנטער.
ביי אונז אידעלעך, אין די היימישע געגנטער, זענען מיר אלע געוואוינט דערצו בכל עת ובכל שעה, און מיר שטייען אויס נישט נאר צו אזעלכעס נאר צו פיל אינטערסאנטערס ווי דאס. למשל יאנקל פארט זיך אזוי רואיג אויפן גרויסן שטרויס, (פארשטייט זיך מיט א צען אונטער די ספיד לימיט, ווייל ער רעדט דאך אצינד גאר א וויכטיגע זאך מיט זיין ווייב), און דער גאנצער פארקער אונטער אים רוקט אזוי געמיטליך אנגעצויגענערהייט, און אזוי פארנדיג און רעדנדיג ביינאזאם, מערקט ער גאר כאצקלען זיין איגנט פריינד, כ'מיין ער איז דאך א געלונגענער מענטש ער קען טוהן דריי זאכן מיט איינמאל... דרייוון, רעדן און מערקן כאצקלען, נו, אז ער מערקט כאצקלען גיבט ער זיך פארשטייט זיך אזוי שטעל אפ, כ'דשטיי כ'דגיי (אזוי ווי ער שטייט און גייט), אזוי אינמיטן שטרויס, וזהו! און דאס איעס! קענסט גיין בארן קלאפן! דאס זענען זאכן וואס שפילן זיך אפ כסדר אין אלע היימישע אידישע געגנטער. וואס איך מיין צו זאגן: אז מיר אידעלעך זענען שוין ב"ה געוואוינט צו אזעלעכיגעס...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2006 22:31 |
|
| |
יעצט געהאט.
איך רוף אריין אין א "יונגעלייט מיט שיך אין זאקן" אפיס, א יונגערמאן הייבט אויף, און האלט זיך אינמיטן רייסן פאר געלעכטער... פון א פריערדיגן דזשוק, ער קען נישט רעדן, ער לאכככט
איך האב אראפגעלייגט דעם טעלעפאן, איך וועל אים שוין רופן ביי א צווייט געלגענהייט.
עכט נישט שיין.
אפפפפסססס, ער גייט כאפן ווער איך בין
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2006 22:48 |
|
| |
יגר'ל , עס באלאנגט אינעם טאגבוך , אזוי מיין איך . ( לכבוד עצמי אני דורש )
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2006 02:00 |
|
| |
יגר'ל (גיי ווייס פארוואס פונקט יגר'ל האט באקומען אזא קריאה-של-חיבה צונאמען... לאחר מאה ועשרים וועט שטיין אין "דער קרעטשמע" ר' יגר איז געווען באקאנט ביי אלע דערפישע אידן אלס יגר'ל, אזוי פלעגן אים רופן יונג און אלט מיט גרויס ליבע...);
זיי אים דן לכף זכות, ער האט נארוואס פארענדיגט אפליינען דיינס א תגובה!
די וואס רופן מיר אן אינמיטן ליינען דיינס א תגובה (ובפרט די לעצטע שטיק צייט זינט דו ביסט צוריק אריין אין קראפט) האבן די זעלבע עקספיריענס (נאר אן די 'שיך און זאקן' מיט וואס דו ביסט עפעס אבסעסד [וועא"מ]).
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2006 19:53 |
|
| |
*
|
|
|
|
|