אינגעלייט מיט שיך און זאקן
צווייפלענדיג, יא פרעגן נישט פרעגן, ביז די ניי קרעטשמע דארף מען דאך אויך א גלעזל... וויל איך איינמאל פאר אלעמאל פרעגן פונעם עולם, וואס מיינט טאקע דער אויסדרוק?
איז טייטש אז א גוי גייט נישט מיט קיין זאקן, אדער יא מיט זאקן נאר אן שיך, נאר אונז חסידישע גייען סיי מיט שיך און סיי מיט זאקן?
אדער מיינט דאס לאפוקי סניקער'ס?
אדער סתם א אויסדרוק וואס גרעניצט זיך מיט "דזשאוועלען" און "מ'שטיינס געזאגט"?
|
|