א אפענע בריוו צו מיינע ארבעטער'ס
רבותי געוואלד, דעם צעטל האב מיין בעה"ב היינט אויפגעהאנגן!! ס'כאפט א שוידער!! אוי הצלה
ווען איך קום אריין צופרי, מעגט איר מיך גריסן, אפי' איר ווייסט אז איך האב אין בויך שטארקע טענות אויף אייער נעכטיגן פאטצערישן דזשאב.
אייער רעקל, קויט, דזעקעט, אויב ליגט עס נישט אויפגעהאנגן אויף די נעגלעך וואס מ'האט "ספעציעל" געמאכט נאר פאר דעם, ווערט עס מיין האנטוך!!
איך צאל לויט וויפיל ארבעט מ'האט אריינגעלייגט! אויב באמערקט איר אז ס'פעלט א הונדערטער פונעם "פעי-טשעק", מעגט איר אליין טראכטן פארוואס, איר מעגט שוין אמאל כאפן דעם רמז.
איך נעם (געווענדליך) נישט אוועק ענקער לאנטש, אלע דריי סעודות א טאג קענט עטס רואיג האבן, אבער נישט ביי מיר, אויב ווילט איר גאר שטארק, קען מען אויסארבעטן אז מ'זאל אריינקומען א האלבע שעה פריער כדי "דא" צו עסן פרישטאג.
===== איך האב געוואלט שרייבן נאך, אבער מיין בעה"ב לאזט מיר נישט...
|
|