| נשלח ב-25/6/2006 21:03 |
|
| |
מה שאירע ל'קרעמער' אירע ל'יענטאאש'......
פרעגט מיך נישט פארוואס, רעגט אייך נישט פארווען, שרייט נישט פארוואו, אבער איך האב מיך אויך געעפנט אן אייגענעם בלאגעלע מיטן נאמען 'מסכת יענטאאש' http://yentash.blogspot.com/.
פארוואס? פארווען? פארוואו?, א קשיא אויף א מעשה, ס'האט מיר געפאקט די תאווה, עס איז עפעס וואס איך קען אייך נישט געהעריג מסביר זיין, וואס קען איך טון, איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן, יא איך וועל אייך זאגן קלאר: איך האב מקנא געווען 'קרעמער', וויאזוי האבן מיר נעכטן געשמועס ביים מלוה מלכה אין קרעטשמע: קנאת סופרים תרבה בלאג'ס.....
עניוועי, זארגט אייך נישט, איך וועל נישט שרייבן ווייניגער דא, אלע ארטיקלען וועלן ווייטער דא זיין צו באקומען פון די ערשטע מינוט, איך האלט אפילו אז עס וועט מיר נאר געבן א שטיפ אויף פאראויס צו שרייבן מערערע ארטיקלען און דרשה'לעך.
טא רבותי, איך בעט יעדן פון די חברים איר זאלט מיר שטיצן און פארשפרייטן, און איך האף אז עס וועט זיין צו יעדנ'ס הנאה.
וואנס עגעין: 'מסכת יענטאאש' http://yentash.blogspot.com/.
א גרויסן יישר כח פון פאראויס, יענטאאש.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/6/2006 21:18 |
|
| |
איך האלט אויך אז עס וועט דיר מאכן מער שרייבן, והא ראיה, ביי מיר האט דאס פאסירט... איר קענט קוקן אויפן "קרעמער" לינק פונעם יענטאאש בלאג און זען א נייע צוגאבע לכבוד מוצאי שבת פרשת [וי]שלח...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2006 07:54 |
|
| |
מה שאירע לקרעמער לא אירע ליענטאאש.
קרעמער, מיטן ערעפענונג פון זיין בלאג האט ער נאר מוסיף געווען צו זיינע ברייט פארשפרייטע באשרייבונגען. ער שרייבט אין די קרעטשמע איין זאך, און אין די בלאג א צווייטע זאך, עס איז דא ווי אימער וואס צו ליינען און יעדער האט הנאה.
יענטאאש, האט א צייט צוריק געשריבן אין קרעטשמע לאנגע אינהאלטפולע גלענצענדע בארייכערטע הודעות, און היצטעט חזר'ט ער עס איבער אין זיין בלאג, אזוי ארום אז עס איז פאר אונז, לפחות, נישט קיין נייעס. קען זיין ער איז אוחז בשיטת הישמח משה אז דער עיקר פונעם לימוד איז די "חזרה", כסדר איבער חזר'ן די אלטע כדי מען זאל נישט פארגעסן. נו, קען זיין א גוטע שיטה.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2006 19:51 |
|
| |
מיט JNET קען מען נישט אנקומען צו די בלאג'ס... 
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2006 20:39 |
|
| |
JNET אויף לעוועל דריי, לאזט עס דורך.
און אז מען רעדט שוין... ... יענאטש, כה לחי
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2006 00:11 |
|
| |
שמעק_טאביק;
עס טוט מיר וויי צו הערן אז דו האסט נישט קיין צוטריט צו מיין בלאג צוליב דיין JNET קאנעקציע, איך וועל דאנקבאר זיין פארן נדבן וואס וועט אריבערברענגן מיינע בלאג ארטיקלן אהער, צום קרעטשמע גופא וואס ליגט אויך אויף מסורת.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2006 02:32 |
|
| |
בעני;
דאכט זיך מיר אז לא הועילו חכמים בתקנתן, ווייל די JNET באנוצער קענען נישט צוקומען צו RAPIDSHARE, נאר צו USENDIT, אבער איך בין נישט זיכער דערמיט, אדרבה, זאלן זיי זיך לאזן הערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2006 03:28 |
|
| |
JNET לאזט יא אדורך רעפידשעיר, בדידי הוה עובדא
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2006 05:39 |
|
| |
בעני ;
איך הער איך הער
אבער דו מוזט נאכנישט צוליב דעם טוישן דיין ניק'ס בילד...
|
|
|
|
|