מילתא דעבידי לגלויי - אין ביהמ"ד בלא חידוש
אין איינע פון די פארשטופטע אשכולות דא אין קרעטשמע האט שמעק טאביק מיט זיין גוט נאז (וועא"מ) מודיע געווען א געוואלדיגע זאך, וואס איך האלט אז סילוינט זיך אן אשכול פאר זיך, דהיינו, ווען דו עפענסט אויף א אשכול, און דו שטאלפערסט (וועא"מ) זיך אהן אין קלענערע אדער גרעסערע אותיות פון דיין געשמאק, דארפסטו נישט וויינען שרייען שעלטן, סיז דא אנייצע, כאפט אהן מיט דעם גאנצן כוח די CTRL קנעפל, און פירט דעם סקרול פון דעם מייזל, און א נייע זאך וועט זיך עפענען פאר אייערע אויגן, די סייז פון די פאנטס טוישן זיך מאמענטאל.
סיוואונדערט מיר אז כאב אפילו נישט געכאפט די ערשטע מאל וואס ער זאגט, ביז דער זיבנצענסטער פויבסט האט זיך באדאנקט פאר איהם.
|
|