דורך די שורות פון כמה אשכולות קען מען אפט באמערקן גוטע מדות פון חברי הפארק, און עס וואלט געווען אינטערעסאנט עס ארויסצוברענגען, באשרייבן, און מפרסם זיין אז ממנו ילמדו וכן יעשו.
איך וועל אנהייבן מיט דעם אלעמען באוואוסטן און באליבטן הרב קרעמער שליט"א, דער גרינדער פון דעם פאפולערן פורום.
דער מחשבה פון מאכן דעם אשכול האט אין מיר אויפגעבליצט ווען איך האב באמערקט זיין שיינע מידה פון פארגינען יענעם ווען אין א אשכול האב איך ערגעץ באמערקט ווי ער ברענגט עפעס נאך פון מיר, כאטש ער האט דאך געקענט נעמען דאס קרעדיט פאר זיך, אבער דא קען מען זען זיין גוט הארץ פון געבן יענעם דעם גוטן געפיל.
אזוי אויך זעט מען דאס דורך רוב פון זיינע מאמרים דא אין פארק, ווי ער האט די גוטע און שיינע מידה פון זיין א 'פארגינער'.
יעצט קענט איר ממשיך זיין און ברענגען נאך פון זיינע הערליכע מדות טובות. ווי אויך איבער אנדערע חברי הפארק.
(איך קען נישט ארויסשרייבן יעדע שיינע מדה פון אלע מיינע חברים וידידים דא אויפן פארק, ווייל עס וועט נעמען צו לאנג ארויסצושרייבן אלע טובות און גוטע זיטן פון יעדן, דעריבער לאז איך עס פאר אייך צו פארזעצן מיט דעם. איך האף קיינער איז נישט בייז).