סתם ולא פירש. וואס עפעס זוכסטו א דאקטער אין ניו יורק? סתם ווייל עס איז אנגענומען אז די דאקטורים אין ניו יארק זענען פיינע דאקטורים? איז אויב אזוי יעדער דאקטער וואס האט זיין אפיס אין ניו יארק איז טאקע שמע מינה אז ער מוז זיין א מר ברב אשי? איך גלייב נישט אז דאס איז דיין כוונה. מיר ווייסען אלע אז א דאקטער, פונקט ווי צענדליגע אנדערע זאכן, מוז זיין צוגעפאסט צו דער פראבלעם אויף וועלכע מען זוכט. איין דאקטער איז גוט אין דעם חלק, אינדערצייט וואס א צווייטער איז א מומחה אין אן אנדערען פעלד. עס איז נישט קיין ברויט און מילך וואס מען לויפט אריין אין געשעפט און מען געבט א כאפ און לויף. עס ארבעט נישט אזוי.
אלזא, אויב ווילסטו דיר א טובה טון, זיי מער מסביר וואס די זוכסט.
|
|