ווילי, קענסט זיין זיכער און רואיג אז וויקיפעדיע אין אידיש וועט קיינמאל נישט צוקומען צו זיין עפעס אן ערנסטע וויקיפעדיע צו דער זאך, ווייל אויסער אפאר משוגעים איז נישט דא ווער עס זאל שרייבן דערין.
איך האב פאר דיר א גרויסער סוד: איך שרייב אויף וויקיפעדיע אין ענגליש גאנץ אסאך! יא, אזוי ווי די הערסט. איך שרייב טאקע נישט א געוואלד, אבער איך בין דארט שטארק אקטיוו. פון די אנדערע זייט, פאנג איך נישט אן אריינצוטרעטן אינעם יידישען וויקיפעדיע, ווייל איך האב מיר פשוט פארעקלט דערפון. זייער אסאך ארטיקלען דארט זענען געשריבן קינדעריש, און נאכמער זענען מלא טינופת ושאר רוחות רעות.
איך ווייס דאך גלייך וואס די גייסט מיר דא ענטפערן. איהר נוצט אלע דעם זעלבען נארישע ארגומענט. "אויב עס געפעלט דיר נישט, דאן אדרבה קום אריין און פאררעכט עס". וויל איך דיר מוסר מודעה זיין אז רוב פון אונזערע היימישע אידן זענען נישט אינטערעסירט אז דער וויקיפעדיע זאל האבן א הצלחה. די האלטס אז דער וויקיפעדיע וועט טאקע זיין א תיקון העולם, אבער רוב פון אונזער עולם האלט פונקט קאפויער פון דיר.
עס דערמאנט מיר די מעשה פונעם צאנזער רב וואס האט אמאל זיך אויסגעדריקט "ווען איך בין געווען יונג, האב איך געמיינט אז איך וועל מתקן זיין די וועלט. ווען איך בין געווארן עלטער האב איך געזעהן אז איך וועל דאס נישט בייווייזען, האב איך געטראכט אז איך וועל מתקן זיין מיין שטאט, דערנאך האב איך געזעהן אז דאס איז אויך אוממעגליך. האב איך געוואלט מתקן זיין מיין הויזגעזינד, האב איך מיך דערנאך איבערצייגט אז דאס איז אויך נישט אין מיין יכולת, און קוים וואס איך קען מיר אליין כאטש מתקן זיין". די מיינסט טאקע אז דאס וועט זיין דער תיקון העולם? לאז זיין, נו אבער על כן, איז וואס? בין איך דען אינטערעסירט דער וועלט צו מתקן זיין? עס אינטערעסירט מיר נישט קיין טראפל נישט! איך האלט נישט אז מיינע קינדער און דער קומענדיגער דור וועט האבן דערפון עפעס אזא גרויסער תיקון העולם. איך זוך נישט צו פארבעסערן די וועלט. איך זוך אויפצוציען מיינע קינדער און אהיים ברענגען פרנסה, און לעבן א שטיל און רואיג לעבן. וואס וועל איך האבן דערפון פון שרייבן אויף דער אידישער וויקיפעדיע? סתם אריינלייגן ארבעט און כוח, ווען איך ווייס אז עס איז פשוט לריק? אזא משוגענער בין איך נאך נישט! אין דער צייט קען איך טון בעסערע זאכען, ווי למשל ליינען עפעס אן אינטערעסאנטער ארטיקל אויף דער ענגלישע וויקיפעדיע ווי אלעס איז מלא תוכן, און עס איז ממש א מחי'.
נשלח ב-3/9/2006 20:10
משוגענער גוט געזאגט!
איך האלט עס וועט האבן אזא הצלחה ווי זיין פארום "עצור כאן חושבים" אין אידיש, אדער זיין בלאג
"דער אידישע וועלט", אדער זיין פארום "וויקי נייעס".
ווילי בין איך געשלעכט? אופס... כ'מיין גערעכט?
נשלח ב-3/9/2006 23:34
דער עצור כאן חושבים סיי אויף אידיש און סיי אויף ענגליש איז דער גרעסטער געלעכטער אינעם היימישען דיגיטאלישער וועלטל. מען שרייבט דארט בערך איין מאל אין פינף זעקס וואכן.
נשלח ב-5/9/2006 15:23
איך ווייס נישט אויב איהר ווייסט דא, אבער דער פורום דא האט זוכה געווען צו אביסל עדווערטייזמענט אין דעם אידישע ויקיפידיע.
איך האב שוין לאנג נישט באזוכט דא, אבער היינט האב איך געזעהן אז זיי ברענגן א לינק אהער, בין איך אהערגעקומען.
אוי, וואס זאל איך אייך זאגן, איך האלט דוקא מיט אייך און נישט מיט זיי. דער אידישע ויקיפידיע סאקט אין גרויסען. איך פערזענליך נוץ שוין כמעט נישט קיין אידישע סייטס, איך בין שוין זאט פון דעם, אבער ווי ווייט היידפארק איז נישט אינטערעסאנט איז די אידישע ויקיפידיע מער נישט אינטערעסאנט.
מיינע פינגער טוען מיר וויי. שוין לאנג נישט געשריבען אין אידיש...
נשלח ב-7/9/2006 07:07
איך גלייב נישט וואס כ'זע.
A ROD?
ביסטו דער וואס האט געשריבן די גלענצענדע ארטיקלען אין דעם געשמאקן פורום וואס דו האסט געגרינדעט און עס גאר שנעל געשלאסן?
ביטע, קום אביסל צוריק, מיר וועלן דיר ארויסהעלפן אין דיינע אונטערנעמונגען, מיר ברויכן האבן אזא קראפט ווי דיר.
תוקן על ידי - kraitchmer - 08/09/2006 17:49:56
נשלח ב-8/9/2006 07:40
א גוטן אייך חשובער דיפלאמאט.
איך האב נישט געגלייבט אז איינער וועט אפילו געדענקן מיין פארגעסענעם נאמען, און אט דא זעה איך אז עס זענען נאך פארבליבן אפאר פאר'דביקות'דיגע נאכפאלגערס וועלכע קוקען נאך מיט אינטערעס אויף ווער עס איז מיט אונז און ווער עס איז א פארגאנגענהייט.
איך האב נישט פארשלאסן דעם פורום דירעקט, נאר וויבאלד עס האט זיך נישט אפירגעזוכט שרייבער האט עס געקראגן אזא פנים.
איך וואלט זייער געוואלט צוריקומען צו היידפארק און די היימישע אידישע יונגעלייט וועלכע זיצן דא און פארברענגען אזוי געמיטלעך, אבער איך זוך נאך דער פאסיגע פלאץ דערצו. רובא דרובא פון אידישע פורומען זענען געגאנגען זייער לעצטען וועג, און די קרישקעס דערפון זענען נישט גענוג צוציענד פאר מיר. איך האב געטראכט פון אנפאנגען צו שרייבן אויף די היימישע קרעטשמע וועבזייטל, אבער איך וועל דיר מוזן זאגן דעם אמת: איך בין נישט אנטציקט דערפון. איך גלייך בעיקר נישט דער פאקט אז דארט דארף איך כסדר ריקן און דרייען די אונטערשטע עצי חיים ווייל דער יריעה איז פיל גרעסער ווי מיין בימה'לע... (איז דא איינער וואס האט פארשטאנען? מען דארף זיך נישט שעמען. ולא הביישן למד, זאגט מען דאך קייענדיג די ניסלעך ביי "פיירעק"...)
איך וואלט געוואלט הערן וואס דער עולם האט עפעס פארצושלאגן.
א דאנק אייך.
נשלח ב-8/9/2006 09:37
a_rod
גראדע האב איך דיר געטראכט פארצושלאגן אז דו זאלסט קומען אין די נייע קרעטשמע און דערנאך האב איך געזעהן אז דו רעדסט דערוועגען. כ'ווייס נישט וואס פארא סקרין די האסט אדער וואספארא רעזעלאשען דו האסט, אבער זעה אויב דו קענסט אנשטעלן די רעזעלאשען 1024x768 וואס דאן דארף עס זיין גוט, פארשטייט זיך אויב קען דיין סקרין פארנעמען 1028x1280 איז נאך בעסער , דאס איז נאר געזאגט געווארען אויב דאס איז דיין איינצוגסטע פראבלעם מיט'ן נייעם סייט, אויב אבער האסטו דערמיט נאך פראבלעמען. איז אדרבה לאז וויסען, ווייל מיר קענען באשטיין אז יעדער זאל הנאה האבן,