בית פורומים היימישע קרעטשמע

בלייבט געזונט ברידערלאך! דאסמאל אפיציעל.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/10/2006 23:25 לינק ישיר 
בלייבט געזונט ברידערלאך! דאסמאל אפיציעל.

י"ג תשרי תשס"ז לפ"ק

טייערע ברידער, חברים וידידים חברי הקרעטשמע.

נישט לייכט, זייער נישט לייכט קומט עס מיר אן צו מעלדן. אבער ההכרח לא יגונה, עס איז געקומען אויף מיר די צייט צו מעלדן מיין אפיציעלע רעזיגנאציע.

ניין איך האב מיך מיט קיינעם נישט אפיציעל דורכגערעדט בעפאר. און ניין ס'איז אפילו נישט געווען קיין אפיציעלע פלאן. אבער דער באשלוס איז אפיציעל.

הערט'זשע זיך איין טייערע ברידער. לאנג צוריק, אזויפיל ווי אן ערך פון אנדעראהאלבן יאר צוריק איז עס געווען, ווען איך אני הקטן המכונה 'יענטאאש', דער זון פון מיין פאטער און מוטער, דער איידעם פון מיין שווער און שוויגער, דער מאן פון מיין אידענע, און דער טאטע פון מיינע יוצאי חלצי. האב נישט געהאט קיין דזשאב. א שווערער דורכגאנג וואס כמעט יעדער מענטש אויפן כדור הארץ גייט אמאל דורך אין לעבן. ביזנעס איז געווען סלאו, אין די ליידיגע צייט ראטע הויך ביי די יענטאאש'עס. נו, וואס טוט א איד מיט א קאמפיוטער אין אזא צייט? מען זיצט אויף די נעט.

היסטאריע וועל איך יעצט נישט איבערגיין, ווער עס ווייסט ווייסט, און ווער נישט וועט מוזן בלייבן נייגעריג. אבער איך האב בשעתו אונטערגעהויבן די אלטע קרעטשמע משאול תחתי-ה, און בענעזאם מיט קרעמער'ן איר געשטעלט אויפן אטמאספערע און געשטעל אין וועלכן זי געפונט זיך עד היום.

ווער עס געדענקט ווייסט, אז אין דער אנהויב פלעג איך זייער זייער אסאך שרייבן, און ווען איך זאג אסאך מיין איך בכמות ובאיכות. אפטמאל רעדנדיג צו מיר אליינס, אין בעסטן פאל מיט קרעמער.

וואס איר ווייסט אבער נישט איז, אז צווישן די פילצאליגע תגובות און ארטיקלען, ווערטערלעך און מימרא'לעך מיט א גוטמוטיגע מינע. בין איך געזעצן מיט א צובראכן הארץ און פארטרערטע אויגן צום הימל, און געבעטן פון דעם זן ומפרנס צו באשעהרן זיין יענטאאש'ל, וועלכער ברויך זיין א שפייזער צו א ווייב און קינדער, מיט א געהעריגער פרנסה.

דער שומע קול תחנונים האט ב"ה צוגעהערט מיינע תפילות, און דער מצב הפרנסה האט אנגעהויבן גיין בארג ארויף. ביזנעס ווענט אפ, און ליידיגע צייט דאון. מיין צייט האט מיך אנגעהויבן צוביסלעך אוועקנעמען פון די קרעטשמע.

עדיקטעט בין איך געווען, האב איך אנגעהויבן שרייבן פונדערהיים אחר די ביזנעס שעה'ן. פארשטייט זיך אויך נישט קיין סאך, אבער וויפיל ס'איז געווען מעגליך. סייד אפעקטס זענען געווען לרחצה. ערשטנס אינטערנעט אין שטוב, דאס הארץ האט מיך שטענדיג געגבערט. און דערצו איז אפילו די ווייב געווארן אדיקטעט צום היימישן אידישן אינטערנעט. חוץ מזה, איז די צייט וואס איך האב געהאט פאר מיר ליידיג, וועלכע איך וואלט ווען געדארפט נוצן פאר שטוב ווירטשאפט, לערנען, און ארלעדיגן ענינים, געווארן זייער שטארק אינטערפערט מיט די אינטערנעט.

פילע מאל האבן מיר שוין געהאט באשלאסן צו ענדיגן די אינטערנעט אין שטוב, אבער די עדיקשאן האט גובר געווען. אבער פאר יעדע זאך קומט זיך זיין צייט. און עטליכע קלייניגקייטן בענעזאם מיט די ימים נוראים העעל"ט האבן געפירט צו די ענדע פון אינטערנעט ביי מיר אין שטוב אויף לגמרי. בלי"נ אי"ה, מיט סייעתא דשמיא אויף ווייטער.

איך פאר מיר האב עקסעס צו די אינטערנעט פון די ארבייט, אבער נישט קיין צייט און מעגליכקייט אויף צו שרייבן, בלויז אמאל אביסל צו ליינען. און אביסל ממש.

דעריבער טייערע ברידער, אין דע ווארדס אוו על גאור ביי זיין קאנסעשאן ספיטש ווי ער האט עס נאכגעזאגט פון איינעם איך געדענק נישט פון וועם: 'איטס טיים פאר מי טו גאו'........

ווי געזאגט וועל איך נאך דא זיין צומאל צו ליינען, דעריבער וועט איר נאך זען צומאל מיין נאמען פון אונטן. און אפשר, אויב די צייט וועט ערלויבן, וועל איך נאך אמאל אריינווארפן אן ארטיקעלע דא דארט, ווייל ווי איר ווייסט ארבייט 'ווארד' אפילו אףף-ליין. אפילו מעגליך אז איך וועל קומען אמאל אויף א באזוך. אבער סתם אזוי וועל איך מיך שוין לכאורה נישט לאזן הערן. עטליעסט אזוי האף איך צו השי"ת.

איך לאז איבער די פאזיציע פון 'ראש הקהל' פאר די הנהלה צו באשלוסן. אבער דער באשלוס וואס ליגט אין מיינע הענט איז שוין געמאכט געווארן: איך גיי.

בלייבטס געזונט, ס'איז געווען זייער בא'טעמ'ט מיט אייך צו פארברענגען. איך וועל מיך בענקען.

א גרויסן ייישר כח פון פארויס פארן מיך מהנה זיין אין עתיד וען איך וועל ליינען.

הק' יענטאאש, כעת ראש הקהל.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/10/2006 12:13 לינק ישיר 

יענטאאש.

דיין מעלדונג דא, איז בבחינת: "הזורק אבן אחר הנופל". די קרעטשמע איז שוין פון לאנג
פוסט און ליינדווייליק. אויסגעטרוקנט געווארן.

אין יעדנפאלס, זיי מצליח מיט פרנסה (זאלסט אבער וויסן אז געלט איז בגימטריה בלאטע)
און האב א פריילעכן יום-טוב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/10/2006 16:36 לינק ישיר 

מאטעס;

די קרעטשמע לעבט אין לאכט, מען האט זיך פשוט אריבערגעצויגן אויף א געשמאקערער ארט שטאט אפ א באזוך און לאז דיך הערן.             http://heimishekretchme.com/index.php



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > בלייבט געזונט ברידערלאך! דאסמאל אפיציעל.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext