| נשלח ב-27/7/2010 15:52 |
|
| |
פינטי, פינטי, וואו ביסטו?
אין דער אלטער (פארגאנגענער? נו קלאפ אויפן מויל...) וועלט אינעם "היימישן דזשורנאל" האט הרב פינטל אפגעשריבן מיט א אידישן געשמאק "דער אנטלויף פלאן" פון מיכאל (אנטשולדיגט... אריש) איך געדענק נישט וואסערע לעצטע נאמען ער האט געגעבן, ארויסצוראטעווען זיין אומשולדיגן ברודער פון "פאקס ריווער",
אויב איינער געדענקט האט דער אשכול געהאט גוזמא'דיגע נומערן פון קליקס, איך מיין אז עפעס מער ווי דרייסיג טויזנט
אבער אזוי ווי אונזער וועלטעלע איז אצינד אין א קריטיקן צושטאנד און ווייזט ביז דערווייל נישט קיין סמנים פון לעבן, וויל איך דא בעטן פינטי אז ער זאל ביטע דא ממשיך מיט די פארזעצונג, און ווען (אוי געוואלד טאטע זיסער, מתי מתי ...) איי וועלט וועט זיך אי"ה אויפוועקן, וועט ער עס קענען דארט אריבערלייגן, און כ'בעט ווער ס'האט קאנטאקט מיט אים זאל אים שיקן די מעסעדזש
נאך איינער דא שטיצט מיין פארשלאג?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 16:59 |
|
| |
נעוואדע. אייער פארשלאג קריגט מיין פולע שטיצע.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 22:02 |
|
| |
לייג כאטש ארויף די לעצטע פארזעצונג (איך האב עס נאכנישט געליינט)
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2010 15:14 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2010 12:35 |
|
| |
יעצט געענדיגט דורכליינען די גאנצע ס'געוואלדיג! זייער אינטרעסאנט און גוט אראפגעשריבן אפשר ווייסט איינער וואו פינטל איז? פארוואס איז ער נישט ממשיך ווייסטו וואס, אפשר -טאבאקא- שרייבסטו ווייטער ס'זעהט מיר אויס ווי דו קענסט אויך די מעשה...
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 12:11 |
|
| |
כ'האב שוין גראדע געטראכט דערוועגן, אבער טאקע צוליב דעם ווייל כ'קען די מעשה, ווייס איך וואספארא ארבעט פינטי האט אריינגעלייגט דערין, און כ'בין נישט אזוי ווייט נתפעל פונעם עצם שרייבן -וואס דאס קען איך מעגליך אויך- נאר פון דאס אזוי קונצליך פארוואנדלען אין א "היימישע אידישע מעשה" וואס דאס מוז איך מודה אז כ'גלייב שווער כ'וועל קענען ממשיך זיין מיט אזא פאכמאנישקייט ווי אים אבער סיי ווי האלט איך נישט יעצט דערביי, ווייל מיר האלטן שוין אין חודש "אלול" וואס איז ווארשיינליך נישט קיין פאסיגע צייט דערפאר, ממילא וועל איך צו ווארטן ביז נאך די ימים טובים, און מ'וועל מיר דעמאלט זעהן
אבער אויף דיר האב איך יא א טענה, פארוואס ביסטו נישט ממשיך מיטן אפשרייבן די הערליכע "אידישע לידער", אסאך דערפון האב איך טאקע געקענט פארדעם די טאן דערפון, אבער כ'האב נישט פארשטאנען קיין ווארט, עד שבא אותו צ... (ווי אזוי דו ווילסט זיך אנרופן...) און עס אזוי שיין אראפגעשריבן... און מיט הקדמות נאך דערצו אין איין ווארט, צוריק צו דער ארבעט!...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2010 12:22 |
|
| |
כ'האב גראדע שוין געטראכט פון אנהייבן ווייטער שרייבן די לידער, נישט אזוי ווייט פאר דיר ווי פאר מיין האבי... אבער יעצט זעענדיג ווי איי וועלט גייט שוין צו בעסערונג און די אלטע פארומס ארבעטן שוין טראכט איך פון צוריקגיין אהין (פארט איז דארט דא א גרעסער עולם... נישט אזוי?)
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|