בית פורומים היימישע קרעטשמע

נגינה - חתונה פארגעקומען בבית מו"ה מיכאל שניצלער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/7/2010 22:56 לינק ישיר 
נגינה - חתונה פארגעקומען בבית מו"ה מיכאל שניצלער

נעכטן – מאנטאג נאכט - איז פארגעקומען די געהויבענע חתונה בבית שניצלער-קאהן, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן כמר זושא'לע שניצלער א זון פון איינע פון די באקאנטסטע זינגער אין די היימישע וועלט מו"ה מיכאל שניצלער הי"ו.

די חתונה איז פארגעקומען אין די זאלן פון "עטרת טשארנא" מיט די באטייליגונג פון א ריזן מאסע מענטשן. היכל הנגינה שע"י היימישע קרעטשמע (איי וועלט האט נישט געקענט..) האט געהאט דארט עטליכע פארשטייער ביי דעם חתונה ווי עס האבן זיך אנגעזעהן פולע זינגער, שפילער און בדחנים פון גרעיטער ניו יארק. מיכאל האט יעדעם אויפגענומען מיט א זעלטענעם אהבת הנפש.. און כמים פנים על פנים האבן די ... וואטעווער.

מיכאל שניצלער האט מיסתמא א רעקארד פון זינגען אויף די מערסטע חתונות ביין היימישען ציבור. ער איז געוען דער סאמער ערשטער אויף די מארקעט פון זינגען ביי חתינות. אנגעהויבן האט ער עס וואוינענדיג אין קרית יואל ווי ער פלעגט דארט זינגען ביי שמחת בית השואיבה אין רבישע חתנות.

צווישן די זינגער'ס וואס האבן דארט געזינגען ביים חתונה האט זיך/איך אנגעזעהן בנימין לעווי, ליפא שמעלצער, שימעי ענגעל, לוי יצחק פאלקאוויטש און נאך עטליכע. (נישט יעדעם קען איך ביים נאמען) די מוזיק איז געווארן אנגעפירט דורך דעם טאלאנטפולער איין-מאן-באנד מושי קעסטענביום און באגלייט דורך יענקי קטינא, יואלי בראך, מושי פריעד און יוסי פארקאש.

דער עולם איז געווען אין די לופטן און זיך משמח געווען ביז אין דער נאכט אריין. און מיר ווילן טאקע דא וואונטשן פאר מיכאל'ן א הערצליכן מזל טוב! זאל ער זעהן בלויז שמחה און נחת פון זיינע קינדער און אייניקלעך און ווייטער קענען משמח זיין אידן עד ביאת הגואל.

 

וויכי. וואס האב איך פארגעסן?



תוקן על ידי צייטלעך ב- 27/07/2010 23:15:08




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2010 23:01 לינק ישיר 

און מיר האט זיך געדאכט אז יואלי שווארץ האט נעכטן חתונה געמאכט. מסתם האב איך מיך צומישט..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2010 23:44 לינק ישיר 

צייטלאך, מיך האסטו פארגעסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2010 23:52 לינק ישיר 

מאשקעלע. די האסטעך ארויסשפאצירט פון זאל ווען איך בין אריין. מעגליך אז ביז דאן האסטו געזינגען, איך האב עס אבער נישט מיטגעהאלטן. סארי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2010 23:59 לינק ישיר 

חחחח.... איך בין געווען דער בחור וואס האט געזונגען מיט א גאפל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2010 00:02 לינק ישיר 

חחחחחחחחח.... איך האב אום אויך געוואלט באשרייבן נאר צוליב גילו.. כ'מיין, צוליב וואס איך קען נישט זיין נאמען האב איך עס נישט געשריבן. ער האט דארט געזינגען ביזן בענטשן.. און איך מיז דיר זאגן ער מאכט עס גוט!

נעבעך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 00:05 לינק ישיר 

אבער קוק ווי ווייט די כוח הדמיון קען גיין נעבעך. יעדע פאר מינוט האט ער זיך אפגעשטעלט און געטרינקען אביסל סעלצער און זיך געווישט די שווייס... דאס מיינט פאנטאזיע!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2010 06:10 לינק ישיר 

העי העי האסט פארגעסן פון מיר? איך בין געוועהן מיט די מצה שטריימל




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/7/2010 18:26 לינק ישיר 

הוי, פון דיר האב איך טאקע פארגעסן! אבער כ'מיין אז ס'איז געווען א (מאשין) מצה הוט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2010 18:02 לינק ישיר 

לכבוד חנוכה האט מיכאל חתונה געמאכט דעם יונגסטן

לאמיר אים וואנטשן מזל טוב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > נגינה - חתונה פארגעקומען בבית מו"ה מיכאל שניצלער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext