ווי אר הער טו סטיי!!!
אלע האבן פראבירט צו דערגיין וואס ליגט אינטער דאס אינטער ברענגן דעם איי וועלט, נאך א זיצונג מיט גרויזאם, נישט גרויזי און נישט זיין שותף לדבר עבירה גרויזאמער, האט זיך ארויס געשטעלט אז די גאנצע ציל איז געווען פטור צו ווערן פון א גרופע וועם ארענדער און די מנהלים האבן געזען אז זיי שטעלן זיך נישט צו צום ציל מיטצוארבייטן מיט זייער וואנזיניגע פלענער.
וויכי, נישט וויכטיג מאכער, האט ביי א גענעראל פארזאמלונג צווישן אלע מהלים אחראים און זייערע איבעריגע ניקים דערקלערט אז די איינציגסטע מיטל וועט זיין צו פארשליסן דעם גאנצן סארווער, און דאן עס צוריק עפענען אן אריין נעמען דעם ציבור המשטלט על היחיד.
דארט האבן זיך אויך באטייליגט אלע אלטע לייט, ווי בן ברחמן וואס איז יעצט געווארן א גאנצע מאכער אין קרעטשמע, אלץ ווייל ער איז געווען דער וואס האט עס ענדגילטיג באשטעטיגט דעם פלאן, און פארשפראכן צו באשיצן דעם נייעם וועלט פון אלע מרעין בישין וואס פראבירן זיך אריין צו כאפן.
נעכטן נאכט זייענדיג אין בית מדרש איז צייטלעך פארגעהאלטן געווארן בפני כל עם איבער די שרעקליכע עוולה, ער האט זיך פראבירט ארויס צו דרייען אז ער איז נישט צייטליך דער מנהל, און אויך יענער צייטליך איז געווארן מנהל הערשט נאך די זיצונג, און אזוי מסיח לפי תימו ארויס געגעבן אז ער האט זייער קלאר געוויסט פונעם זיצונג און פארשוויגן די גאנצע זאך.
היינט אין די פריע פארטאגס שטונדן איז פארגעקומען אן עמערדזשענסי זיצונג ווי גרויזאם איז געזעצן אין צענטער, איך צו זיין רעכטע זייט, עלמאנסי צו די לינקע זייט, און אלע אנדערע צענדליגע ניקים לענגאויס די צענדליגער טישן.
צוליב סעקיוריטי בין איך באגלייט געווארן אויפן וועג מיט אלע מיינע אנדערע 10 ניקים, וועלכע זענען אויך אויסגעראטען געווארן אינטער די נייע "וועלט ארדענונג" פלאן.
דער ציבור איז אויפגעשוידערט געווארן ווען גרויזאם האט אויפגעטרעטן מיט א שטורעמישע רעדע, און אראפ געשטעלט די רויע פאקטן און קראנטע באווייזן וואס דא איז פארגעקומען. ער האט פארשפראכן זיך נישט צו לאזן פון גרויזי און גרויזאמער וועלכע ווערן שטארק פארבינדן מיט די קאנטראווערסיע, און עטליכע שיך בענדליך ציען די גאנצע פלאן צו זיי.
די דרשה וועט שפעטער ארויף געלייגט ווערן ביי די אייוועלט אפטיילונג אויף קול הקהל.
נאכן הערן די דרשה איז זיך דער ציבור צוגאנגן מיט א פעסטע באשלוס, אז לא ינוח שבט הרשע....ווי אר הער טו סטיי!
אונז וועל מיר פירן דעם היגן קרעטשמע ווי אונז געפעלט, און אלע אנדערע זאלן פארבלייבן דארט אינטער די גרופע דיקטאטורן.
 |
|
|