בית פורומים היימישע קרעטשמע

חנוכת הבית

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/6/2005 13:12 לינק ישיר 
חנוכת הבית

עההמממממ....... איינס צוויי.......... וואן טו, וואן טו............ טעסטינג טעסטינג וואן טו טרי..... מען בעט דעם גאנצן עולם... [בן זהב: מאך עטוואס העכער דעם מיקראפאון מען זאל קענען אריינהערן אין עזרת נשים...] נאכאמאל, מען בעט דעם חשוב'ן עולם, יעדער זאל זיך אנידערזעצן אויף די באשטימטע פלעצער, מען הייבט שוין באלד אן דעם פראגראם (אלטעבאא קלערט: דער מענטש קען דאך קיין גראדן ווארט נישט ארויסרעדן, "שוין" אדער "באלד"?).

[יעדער זעצט זיך אראפ אויף זיין באשטימטע פלאץ, חוץ שעפעלעזיסע וועלכער דרייט זיך צווישן די טישן... עס קוקט אויס ווי ער זוכט עפעס... אב הרחמן שלעפט אים ביי די פאלעס, זאגנדיג: "זעץ זיך שוין אנידער, מען קען נישט אזוי אנהייבן דעם פראגראם"!]

דער "יושב ראש" הייבט זיך אויף פון זיין פלאץ צו א הילכיגע קלאטשעריי פונעם פארזאמעלטן עולם... פאטש... פאטש... בראווא!!! [דער יושב ראש קלערט ביי זיך: וואס פרייען זיי זיך אזוי, איך האב זיך גארנישט פארגעקוקט... זיי ווייסן גארנישט וואספארא 'דיזעסטער' עס ווארט פאר זיי].

דער יושב ראש עפענט אויף די מסיבה [אכטונג: מיר האבן פרובירט נאכצושרייבן די אלע געלונגענע מייסטערהאפטישע אראטארישע רעדעס "ווארט פאר ווארט". אבער טיילמאל האבן מיר נישט געקענט אויפכאפן די פונקטליכע ווערטער, צוליב די גערודער פון די ספאנטאנע אויסברוכן פון "הורעי" "יעעעעעעעעעעעעי" וואס זענען געקומען פונעם ציבור... און מיר בעטן אנטשולדיגונג דערויף פון די חשוב'ע ליינער].

ברשות פון די חשוב'ע ראשי הקהילה, און אלע נאספים דא, בעלי בתים חשובים, און בני תורה, כל אחד בשמו וב'ניק' שלו הטוב יבורך. וועל איך אנהייבן מיינע ווערטער מיט דברי ברכה: ברוכים הבאים בשם השם!

עס איז מיר א געוואלדיגער כבוד צו דינען אלס "יושב ראש" ביי אט די מסיבת "חנוכת הבית" פון דעם וועלט בארימטן קרעמל "היימישע שטותים", וואס עס איז דאך פקיע שמיה אין די גאנצע וועלט. האף איך טאקע צום אייבערשטן אז איך וועל קענען ארויסגעבן מיינע געדאנקען ווי געהעריג, און שלא יאמר פינו דבר שלא כרצונו.

די צייט איז קורץ, און מיר ברויכן געבן א געלעגנהייט אויך פאר די אנדערע בעלי דרשנים דא, על כן וועל איך נישט מאריך זיין מיט קיין דרושים ופלפולים, נאר צוטרעטן גלייך צום ענין.

ווי איר אלע ווייסט איז ביי די אסיפת הקהילה פאריגע וואך פארגעקומען וואלן, און די איבערוויגענדע מערהייט פונעם ציבור האט געשטימט פאר א טויש. דער דעת פון רוב קהל איז געווען אז מיר זאלן אויפהייבן אונזער גאנצע קהילה מיט אלע אירע בנינים, און דאס אריבערפירן על כנפי נשרים צו א מער אויסגעהאלטענע געגנט, און אזוי האבן מיר געטאן!

זעלבסט פארשטענדליך אז דער טויש איז אונז נישט גרינג אנגעקומען... [בן בלי שם הייבט אן פרעגן זיינע שכינים אויב זיי האבן נישט פערצופאל אן איבריגן 'טישו'...] אויב א מענטש איז איינגעגלידערט אויף א פלאץ – דארט האט ער זיינע חברים און באקאנטע, ער קען זיך אויס מיט די וועגן און שטעגן דערפון – איז אים זייער שווער זיך אריבערצוציען צו א נייעם מקום... ער מוז אפהאקן מיט זיינע אלטע קאנטאקט מענטשן, אנקניפן נייע באציאונגען מיט די לאקאלע שכינים פון זיין נייעם וואוין ארט. דאס איז נישט גרינג!

אבער... ההכרח לא יגונה, דאס געגענט ווי מיר האבן געהאט אונזער קרעמל איז געווען א מקום סכנה. עס פלעגט צומאל זיין א פחד אליינס ארויסצוגיין אויפן גאס, צוליב מורא מען זאל נישט פארכאפט ווערן פון די בייזע עלעמענטן וואס בושעווען דארט ארום אין די מאסן. על כן האבן מיר זיך אויפגעהויבן און געמאכט פליטה... מיר זענען אנגעקומען צוריק צו אונזער אלטע געגנט המכונה "חברה וקהילה", וואס האפנטליך וועלן אלע מיטגלידער פון די קהילה זיך מיט דער צייט אריבערציען אהער, און מיר וועלן אינאיינעם אויפבויען דאס פלאץ נאך שענער ווי פריער.

[דער יושב ראש שטעלט זיך אפ, און רופט אויס מיט יראת הכבוד: ברוכים הבאים ר' בעקיטשע, קומט ארויף... עס פאסט נישט... קומט נענטער... (דער עולם שטעלט זיך אויף מלא קומתו ווי עס פאסט פאר אזא חשוב'ע גאסט)]

במשך די מסיבה וועלן מיר האבן די זכיה צו הערן גאר ווארימע רעדעס פון טאלאנטפולע בעלי דרשנים, וועלכע וועלן – זה בכה וזה בכה – ארויסברענגן די התרגשות פון אונזער עדה הקדושה צו דעם שינוי מקום אונזערן. אלס יושב ראש וועלן מיר נאר אין גאר קורצע ווערטער איבערשמועסן די השתלשלות הדברים, די פאסירונגען פון אונזער קהילה נאה וחשובה, מיום הווסדה ועד היום הזה.

[יענטאאש – דער ראש הקהל – שיקט אונטער א צעטל וואס ליינט זיך ווי פאלגענד: "קום שוין צו צום פינטל, דו רעדסט און רעדסט און זאגסט גארנישט" (דער יושב ראש קלערט: גרויסער צולייגער וואס ער איז, לאמיר זעהן וויאזוי זיין דרשה וועט אויסקוקען...)].

{יושב ראש ווערט פארסאפעט, כאפט א גלעזל לעמאנאדע, ביזדערווייל גייט דער ראש הקהל צו צום מייק, פאררעכט דאס לויט זיין הויכקייט, און נעמט דאס ווארט:}
[מען רופט אויס: ווער עס האט געדאבל פארקד א קליינע שווארצע קארעלע אינדרויסן פון זאל מיט די לייסענס פלעיטס "not2bz" זאל מוחל זיין ארויסגיין, עס שטערט די פארקער אויפן טראטואר].


{איך בעט אלע חשוב'ע רעדנער זאלן אליין ארויפלייגן דא זייערע דרשות}

תוקן על ידי - kraitchmer - 17/11/2005 3:10:58



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2005 19:57 לינק ישיר 

איך שיק אינטער א קוויטל פארן חשובן רעדנער.

... אנטשולדיגט פארן שטערן אזא שיינע מסיבת "חנוכת הבית", אבער, כידוע כבר נהוג עלמא אז ווען איינער האט עפעס א הערה שיקט ער אינטער א פתקא פארן רעדנער. כ'על נישט מאכן קיין לאנגע הערה.

איך וואלט געוואלט וויסן, צו אונזער ניי-געגרינדעטע קהילה האט אויפגענומען אונזער חשובער רעבע, אלס ראוו אדער אדער אלס רעבע?, ולמאי נפק"מ? 1] לקידושי אשה. 2] (לר"ת) [לר"ט]. (נא וואס גייט שוין דא פאר, וואס איז שוין אויסגערינגלט רבינו תם און אריינגערינגלט ר' טרפון?, ניין, ס'מאכט (ראשי תיבות) [ראשע טייוועס]).

נא לאמיך אייך מסביר זיין אין קורצן... אויב האט מען אים אויפגענומען אלס רעבע, האבעך א געוואלדיגע הצעה פאר די ראש הקהלה.

ווי באקאנט, איז א רעבע אנגערופן געווארן אין פרידנס צייטן "כבוד קדושת אדונינו מורינו ורבינו שיוחיה לימים טובים ארוכים", שפעטערע ווען צייטן האבן זיך געביטן אין די טיטלען זענען געוואקסן, האט מען דאס פארקערצערט אין "ראשע טייוועס" און מ'האט אנגעהויבן רופן א רעבען "כ"ק אדמו"ר שליט"א". יארן זענען פארלאפן און צייטן האבן זיך ווידער געביטן, און אין די היימישע דיקשענערי איז צוגעקומען עפעס נייע סארט ווערטער, וואס ליינען זיך "קאק אדמער שעליטע", (גיי ווייס וואס דאס מיינט...? אפשר עפעס א ראשע טייוועס), ווען מ'וויל למשל אויסרופן דעם אריזאנישען רבי'ן פאר א סידור קידושין, רופט מען אויס: "קאק אדמער מיאריזאנע שעליטע איז מכובד מיט סידור קידושין". וכשהן יורדין יורדין עד כדי כך, אז לעצטנס זינט די נייע ווערטער זענען שוין עמטלעך אריין אין היימישן דיקשענערי, האט מען גאר אנגעהויבן צו מאכן ראשע טייוועס פון די נייע ווערטער, און הערט וויאזוי עס לייגט זיך: "כ"ק אד"ש!", געוואלדיג, א ראשע טייוועס פון א ראשע טייוועס.

און אויב שוין יא אזוי, וואלט איך פארגעשלאגן א פלאן, (נאך איידער דער "קאק אדש" גייט עמטלעך אריין אין דיקשענערי), אז מ'זאל אפשר אביסל מער פארגרינגערן די היימישע שפראך און עס אינגאנצן פארקערצערן, און עס מאכן פאר איין לאנגע ווארט וואס וועט זיך לייגן: "כקאד"ש"; אין יידיש גערעדט: "קעקדש".

דעריבער, אויב האבן די חשובע ראשע קעהילע שוין באשלאסן אים אויפצונעמען פאר רעבע, און מ'וועט אננעמען מיין פארשלאג, וועט דאס פאר אונז זיין א גרויסע נפקא מינה לקידושי אשה, מ'וועט זיך פארשפארן די לאנגע דרשות פון די חזנים אויסצוריפן דעם רבין מיט לאנגע דרשות "קאק אדמער שליטע" איז מכובד מיט..., מ'וועט פון היינט אין ווייטער אויסרופן: "קעקאדש איז מכובד מיט..."

אנשטולדיגט אייך פאר אזא קורצ-לאנגע הערה, אבער אויב איר חשובע ראשע קעהילע זעט איין אז דאס איז צו א לאנגע הערה, קענט איר איבערשמועסן און פארליינען נאר די ראשע טייוועס פונעם פיתקא, עס וועט אייך אסאך צייט איינשפארן, און עס וועט באמת זיין נאר א קורצע הערה פון אפאר שורות אין איין לאנגע ווארט מיט צוויי אויבערשטרעלעך פארן לעצטן אות...
אדאנק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2005 09:13 לינק ישיר 

מען דארף טאקע גיין צו לענגוויטש סעטינגס אבער עס וועט דיך בעטן די CD פון ווינדאוס צו נעמען פון דארט די פיילס פאר אידיש, און נעימלעסס האט געהאט געשריבען אז ער האט שוין נישט די CD האב איך איהם געוואלט ארויסהעלפן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/7/2005 08:55 לינק ישיר 


וואס דארף מען אראפלאדענען?

גיי צו קאנטראל פענעל, לעגוויזש און סעטטינגס. דארטן דארף מען ענעיבלען אידיש.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2005 08:30 לינק ישיר 

נעימלעסס אויב דו ביסט נאך אינטערעסירט צו אינסטאלירן אידיש אויף דיין קאמפיוטער מעלד דיך צו מיר אין תיבה אישית וועל איך דיר שיקן א לינק וואס איך יעצט געטראפן אראפצולאדענען ווינדאוס 2000.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/7/2005 13:05 לינק ישיר 

געשמאקער;

בארואיגט אייך. אז נישט. וועל איך אייך אויך מוזען חוסם זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2005 07:33 לינק ישיר 


הענדליך נאכהען זוכהען אזהוי לאהנג דהי צעטהיילע און נאכן זאגן אמהאר רעב ביניומהין אינדערטער מאהל אב היך האס געפונהען....


איידער איך גיי ווייטער ... אופס.....איך וואלט געוואלט גיין ווייטער..... מוזען מיר דא קלאר מאכן און קיינער וועט זיך נישט קענען ארויסדרייען יעדער וועט דורך גיין א שטרענגע בדיקת פנים ואחור.... אז.... עס געפונען זיך נישט קיין "פרושים".... צווישן אונז!!!!!!....... איר מוזט פארשטיין ....איך קען נישט נעמען די גאנצע אחריות אויף מיר מיט וואס איך גיי דא זאגן.... איך קען קיינעם נישט און איך וויל קיינעם נישט אויפקלערן מיט גארנישט....נישט......!!!!....


-...איך הער נישט...?!! וואס פרעגס....וואס?? וואס ס'מיינט פרושים?!!!???....כפשוטו... אומפארהייראטע.... בחורים .... מיידאלעך.... !! רווקים.... פנויים..... וכל שום וחניכא... אלע צונעמען וואס די דאזיגע חברה... ווילן זיך נאר רופן.....!!

כל השרוי בלא אשה שרוי בלא שמחה...!!!! פסק'נט דער הייליגער רמב"ס מיינער!!!

איז אלזא יעדער וועט דארפן ארויסנעמען און ווייזן זיין .....

....מ

....ע

....ר

....י

....ז

....ש

לייסענס, און וועט דארפן פערזענדליך הערשיינען מיט זיין ניק'טע..... כדי מיר זאלן קענען ווייטער האנגיין....


מי שארש אשה ולא ישכבנה ילך וישוב לביתו....!!!


מיר קענען נישט אזוי ארויסגיין אין די פערטע....וועלט מלחמה.....(די דריטע.. איז דאך שוין גרייט .. די ימות המשיח בקרוב...)


מיר ברויכן מענטשן אהנע פנויות אהנע מחשבות....זר....





תוקן על ידי - gishmoker - 28/07/2005 7:36:09



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2005 04:06 לינק ישיר 


איך האף אז מען האלט נאך פאר די אייזקריעם...!!...


אנטשולדיקט טייערע חברים איך בין אנגעקומען אזוי שפעט צום חנוכת הבית.....


איז אלזא נאכאמאל, איך בין גראדע אנגעקומען צום ריכטיגן זאל... , נאר איינער פון די וועכטער האט מיר מיין גאנג נישט עפעס אזוי געפאלן געווארן, האט ער מיך אויפגעהאלטן און געמאכט איין אונטערזוכונג מיך אויסגעטון נאקעט און פארהאלטן בפני עם ועדה...איך בין געפירט געווארן דורך לאנגע טונקעלע קארידארן שווער באוואכט, ביז צום הויפט אויפזעער פון די געביידע, און יענער האט מיך באטאפט פון קאפ ביז פיס...און וואס מיינט עטס ? וואס האט ער געטראפן?!..........


....טאקע אט די פארבאטענע סחורה....!!

....מיין קליין צעטעלע אנגעגרייט צו מיין ריידע...!!...

אזא פארברעך!!!

עס האט מיך געדרויעט חסימה... אדער זריקה.. ...אדער ביידע....


און וואס איז טאקע געשטאנען אויף דעם וואונדערבארן פארדעכטיגטן צעטילע?!! ווערט עטס שוין אלע נייגעריק אודאי?!....

אט הערט און שטוינט...!!!.....!!!!

(....דא האט דער יושב ראש געדארפט ווען אויסרופן: ברוך הבא אונזער הויכגעשעצטער "גאסט רעדנער"...........!!! וואס האט געוויליגט צו בערייכערן די מסיבה היינט אווענט....[ביי די עזרת נשים האט זיך יעדער ווען... געדארפט אויפשטעלן קוקן ווער דאס איז....און מען וואלט זיי געדארפט בארואיגן ... משום צניעותא...] ענדליך ווען ס'וואלט ווען שטיל געווארן וואלט ער ממשיך געווען....)

אזא חשובער גאסט .... וואס איז באקאנט ברחבי תבל מיט זיינע פעפעריגע ריידעס.... האט זיך שוין געדרשנט ביי מערערע אויפטריטן ..... (... היות איך אנטלויף פון בארימעראציעס .... וואלט איך ווען געדארפט ארויסלויפן פון זאל.....).....

דא, האט ער מיר ווען געדארפט איבערגעבן די מיקראפאון.... און איך וואלט געהויבן מיט מיין דרשה'לעלע....


אוי!! די צעטעלע איז אראפגעפאלן..... איין מינוט... האלטס א מינוט....






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2005 02:52 לינק ישיר 

נעימלעסס, איך ווייס נישט וואס דו רעדסט דיך אפ האסט נישט געזעהן ווי שטארק איך וויל ליינען יעדעס ווארט דיינע אפילו (און נאך מער) וואס ס'איז אויסגעמעקט, איז וואס רעדסטו דיך אפ אז איך מאך מיך נישט וויסנדיג פון דיר, אפשר קענסטו נישט קיין לשה"ק וויל איך דיר זאגן אז בן בלי שם מיינט טאקע דיך, איך האב ליב דעם נאמען ווייל איך הייס אויך עפעס 'בן', אקעי פון היינט מאהל אן וועל איך פרובירן רעדן צו דיר מער פערזענליך (אויב איך וועל האבן וואס צו רעדן, יו נאו)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/7/2005 22:37 לינק ישיר 

http://www.z100.com/cc-common/podcast/single_podcast.html?podcast=PhoneTaps.xml

קליקט אויף די "GRANDMA STOLE TOWELS"

עס איז געוואלדיג, הילעריואס!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 22:29 לינק ישיר 

וועלכע בען? בען גאלד? בען עפלעק?...

אה, בן הרחמן...

**

איך האב יעצט געהערט א מעכטיגע PHONE-TAP וואס איז געווען אויף Z100

ווער עס קען עס ארויפלייגן דא וועט מחי' זיין דעם עולם.

עס איז פון א באביטשקע וואס האט גע'גנב'ט האנטוכער אין אטלאנטיק סיטי, זי רעדט דארט אויף עברית און אידיש... א געשמאק.

תוקן על ידי - hutkh - 26/07/2005 22:31:25



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 22:26 לינק ישיר 

איך שטיי און האק מיר דו קאפ אין וואנט אריין נישט קענענדיג פארשטיין פארוואס בןהרחמן איגנארירט מיך אינגאנצן פינקט ווי איך וואלט ניטאמאל עקזעסטירט. עפשער וואלט איינער געקענט זיין אזוי גיט אין איבערגעבן פאר בען אז איך בייס נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 22:00 לינק ישיר 

בן הרחמן, איין שיינעם טאג האסטו אויסגעמעקט עפעס וואס 'לאוולי' האט געשריבן, און נאך עד היום בין איך נייגעריג וואס דארט איז געשטאנען.

מאך מיר א דיעל, דו שרייב מיר וואס דו האסט געמעקט, און איך וועל דיר שרייבן וואס איך האב געמעקט.

אגב, גיי צוריק איין בלעטל וועסטו זעהן די המשך און דו וועסט פארשטיין אויף וואס בן בלי שם באציהט זיך מיט זיין תגובה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 21:56 לינק ישיר 

האט די אלע זאכן מיט די חנוכת הבית ?
איך מיין אז מען איז דא פארקראכן אפר זאל מען עפענען א עקסטערע אשכול



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 21:50 לינק ישיר 

איך שטיי און איך לייען בן בלי שם'ס תגובה איך פארשטיי נישט וואס דארט שטייט עפעס הייבט ער אהן אינדעמיטן פון א שמועס, ביז איך האב געזעהן אז הוטקע האט עפעס מגיה געווען דארטן, סא וועל איך מוזן בלייבן נייגעריג!

נאר אפשר וואלט ווען געדארפט זיין אז ווען מען איז עפעס מתקן זאל דער מגיה אריינשרייבן באותו מקום ארומגערינגלט (מוגה ע"י ***)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/7/2005 20:47 לינק ישיר 

desperate housewives is not out on dvd yet, but you can download it via different places on the net.

you can also watch it on the craftytv.com link i posted, but as i said, ,it realy sucks there, cause of all the waiting

and - nameless - sorry for erasing a one liner from your above post... you got to do what you got to do



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > חנוכת הבית
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext