בית פורומים היימישע קרעטשמע

אנאליזירונג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/6/2005 05:36 לינק ישיר 
אנאליזירונג

ברוכים הבאים, צוערשט וויל איך זיך פארשטעלן, איך בין אן אלטער ליינער דא אבער פרישער שרייבער, אויף די טאלק שאו'ס רופט מען דאס, לאנג טיים ליסטענער, פירסט טיים קאלער. איך האב מיט געדולד אויסגעווארט ביז רב הוטקע האט אריבערגעפירט דעם פורום צו איר אור אלטע פלאץ, און הערשט יעצט האב איך באשלאסן ארויסצוקומען מיט מיינע געדאנקן, וואס איך האף אז זיי וועלן זיין א קורת רוח פאר די חשוב'ע ליינער דא, וועלכע פארשטייען א זאך אדער צוויי אין די ענינים וואס איך בין אויסן צו שרייבן דא.
זייענדיג א נייגעריגער בטבע, איך שטאם דאך נישט פון קיין מאלפעס, און אפילו מאלפעס מיין איך זענען צומאל נייגעריג, האלט איך מיט אלעס וואס עס גייט פאר אויף דער וועלט, אין יעדע טעמע בין איך ווי א פיש אין וואסער, דטרבקי וועט אפשר האבן טענות אויף מיר אז איך באנוץ זיך מיט זיין סלאגען, אבער ביי מיר איז עס מסתמא מער אמת ווי ביי אים, ווייל טראצדעם וואס ער האט זיך שוין געשריבן בריוולעך מיטן פרעזידענט ירום הודו אדער מיט א סערווער וואס שיקט אויטאמאטיש ארויס בריוולעך צו יעדע נארישע אימעיל וואס קומט אן צו יענע אדרעס, האב איך אבער נענטערע באציאונגען מיטן פרעזידענט, און להוי ידוע אז איך בין פון זיינע רעדע שרייבער, עכ"פ אזוי וואלט איך געוואלט.
שוין זייט פרעזידענט דזשארדזש וואלקער בוש איז ארויף אויפן בענקל אין יאר צוויי טויזענט למספרם, האלט איך מיט יעדן פרעסע קאנפערענץ אדער הגה פי זיינעם, טיילמאל איז עס אין די בחינה פון ויפתח פי האתון, אמאל ותפתח הארץ את פיה, אמאל פלעג איך נאך נערוועז ווערן פון די וועג וויאזוי ער זאגט להכעיס נישט גוט ארויס די ווארט נוקלעאר, און מאכט עס אויסזען ווי ניוקילער, אבער למעשה האב איך זיך צוגעוואוינט דערצו, און איך האב שוין אפילו אנגעהויבן טראכטן אז ער איז גאר גערעכט, והא ראיה ער האט געלערנט ענגליש אין חדר און איך נישט.
לאמיך צוקומען צום ענין וואס איך וויל דא ארויסברענגן, אז פון צייט צו צייט זעץ איך זיך אראפ צום פירקאנטיגן שאכטל דא און מיש אויף א זייטל וואס צייגט גאנצע פרעסע קאנפערענץ אדער הירינגס פון סענאט און קאנגרעס, איך וויל נישט אויסזאגען וויאזוי דאס הייסט, עס קען זיין עס איז כנגד חוקי הפורעם, אבער די יודעי דבר וועלן כאפן, ברמז בעלמא וועל איך זאגען אז די קאמפאני וואס צייגט דאס רופט זיך סיספען.
על כל פנים האב איך לעצטנס געהאט אן איבריגן שעה, וואס גראדע מאכט זיך דאס מער ווי איינמאל אין א יעדע שעה, האב איך אויפגעמישט א סעסיע וואו סענאטארן פארשן אויס סעקרעטערי אוו דעפענס דאנעלד ראמספעלד המכונה ראמי, דער אלטער האט זיך נישט דערשראקן, נאר ווי זיין שטייגער האט ער כסדר צוריקגעענטפערט שטארקע תירוצים, וואו עס האט אויסגעפעלט האט ער מיט די האנט געדרייט אזא תנועה ווי צו זאגען איר פארשטייט נישט וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט.
דער סעסיע איז פארגעקומען דאנערשטאג פאריגע וואך, און זונטאג איז ראמי ווייטער אקטיוו געווען, ער האט אויפגעטרעטן אויף פאקס נייעס אגענטור מיט קריס וואלאס, וואס אדאנק די נייע קאר וואס איך האב זיך פארשאפט לעצטענס קען איך דאס צוהערן מיט א געשמאק וואו איך פאר, אויף סאטעליט ראדיא.
איך וויל ארויסברענגן אפאר וויכטיגע נקודות פון די סעסיע, וואו טייל סענאטארן האבן אפן געשנארכעצט און אנדערע האבן מיט זייערע שאלות אויפגעוועקט דעם עולם, צום ביישפיל דער אלטער קו קלוקס קלען מאן ראבערט בירד, וועלכער הייסט בעצם בירד מיט א Y, אבער זיין האנט און קול ציטערט ווי די פליגלען פון א בירד מיט א I.
דער אלטער קראכער קאלעכט בפרהסיא אויפן סענאט פלאר, און די אנוועזענדע האלטן זיך ביי די זייטן, ווען איך וואלט געווען אין ראמי'ס בענקל וואלט איך זיך נישט איינגעהאלטן אזוי שטארק ווי אים פון לאכן, איך מיין אז עס איז גרינגער צו פירן די איראק מלחמה ווי צו זיצן פארענט פון ראבערט בירד און אים אויסהערן אן אויספלאצן אין געלעכטער.
דער אלטער זעצער זאגט איבער זיינע שאלות איינמאל און נאכאמאל, מען זעהט ווי ער מאכט נישט קיין סענטס, אבער דערוואגן זאל זיך איינער צוצוגיין צו אים און אים זאגען אין אויער ר' ראבערט, דיין פלאץ איז אין מושב זקנים יהללוהו נישט ביי א וויכטיגע הירינג פאר מלחמה אנגעלעגנהייטן.
אינמיטן האט דער פויגל אויך געפונען לויב רייד פאר ראמי, ער האט אים געזאגט אז ער האט אביסל ליב זיין קריגערישן און שטייפן דרך, אבער דאך ברויך ער האבן ענטפערס פון אים ווייל דאס פאלק פארלאנגט ענפערס, איך ווייס נישט וועלכע פאלק האט נישט בעסער וואס צו טאן נאר פרעגן שאלות ביי ראבערט בירד.
אינמיטן האט ער איבערגעזאגט דעם זעלבן סלאגאן דריי מאל, עס האט אויסגעקוקט ווי זיין רעדע שרייבער האט אריינגעשריבן נאך די שאלה, ג' פעמים. ער האט גע'טענה'ט, you may not like our questions, but we represent the people, און אזוי דריי מאל איינס נאכן אנדערן. ער האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פון אנרופן די מלחמה בוש'עס וואר. דאן האט ער אריינגעפליקט די גענעראלן, זאגנדיג, איך ווייס אז מיין צייט איז אויסגעלאפן, און אייביג איז דא ווייניג צייט ווייל איר דארפט גיין צו פארשידענע באערונגען און חתונות.
טייל וועלן אפשר זאגען אז ער האט גאר א טעם זקנים, אבער איך זאג אייך בנאמנות, יא א טעם זקנים, ווי אלטע אויסגעוועפטע קאלע סאדע.
ער האט מסיים געווען זיין דרשה מיט די ווערטער thank you very much for what you do, but have a little respect for what we try to do איך האב געקלערט ביי מיר, וואס פרובירסטו צו טאן? אפשר מיינסטו דאס וואס דו שלאפסט אזוי באקוועם אויפן סענאט בענקל.
דארט ביי דא פראגן און ענטפער סעסיע איז אויך אנוועזענד געווען דער פיר שטערנדיגער גענעראל וועלכער איז דער טשערמאן פונעם דזשוינט טשיף אוו סטעף מיטן נאמען ריכארד מאייערס, וועלכער האט זיך שטארק פארעלטערט זייט די אנהייב פון די אפגאניסטאן און איראק מלחמה, אנדערש ווי זיין אויבערהאר ראמי וועלכער ווערט יונגער און יונגער, אזש זיין משפחה שפעקולירט שוין אים צו קויפן פעמפערס, און דוקא נישט די גרויסע סייז וואס מען נוצט פאר ערוואקסענע.
דער גענעראל וועלכער האט איבערגענומען די פירערשאפט פון צענטראל קאמענד פון טאמי פרענקס, דאס איז דאך דער לעבאנעזער אפשטאמיגער מיטן נאמען דזשאן אבוזעיד מיט זיין שטייפע מארין פנים איז אויך דארט געזיצן און געענטפערט פון צייט צו צייט זיינע זאכליכע תירוצים, איינמאל האט איינער פון די רעפובליקאנער סענאטארן, מיטן נאמען דזשאן ענסיין פון נעוואדע, אים געפרעגט וואס ער זאגט צו די קאמענטארן פון איינעם פון די דעמאקראטישע סענאטארן אז גוואנטאנאמע בעי איז פונקט ווי די נאצישע קעמפס, אבער דער כיטרער פירער פון די גאנצע מלחמה האט זיך נישט געוואלט פארשמירן די האנט מיט ריין פאליטישע קאמענטארן, טראץ די אלע חנופות מצד דעם סענאטאר, האט ער געזאגט אז ער איז שוין געווען אויף שטייפע פלעצער און ער איז טאקע א ביג בוי ווי מען רופט דאס, אבער ער איז נישט גרייט צו ענטפערן אויף אזא סארט שאלה.
דער פערטער גענעראל דארט איז געווען מיטן נאמען דזשארדזש קעיסי, ער איז דער פירער פון די מולטי נאציאנאלע פארס אין איראק, במחילת כבודו, און איך שעץ זייער וואס ער טוט דארט אין איראק, אבער ער האט נישט גערעדט צום זאך, עס האט אויסגעזען אויף זיין פנים אז ער איז בכלל נישט אריינגעטאן אין די נושא, און האט ווייניג ערפארונג מיט שאלות ותשובות פון סענאטארן בכלל.
איינע פון סענאטארשעס מיטן נאמען סוזען קאלינס, א רעפובליקען פון מעין, האט זיך גענומען רעדן ווי א באביטשקע, געפלוישט און געפלאפעלט אין דער וועלט אריין, איך האב בשעת מעשה געקלערט אז זי וואלט געטאן א שטארקן סערוויס פארן לאנד ווען זי שטעלט זיך אראפ מאכן סענדוויטשעס פאר די פארזאמעלטע אין די צייט אנשטאט איר נארישע דרשה.
פון צוויי סענאטארן, און נאר פערצופאל זענען זיי רעפובליקאנער, דזשים טאלאנט פון מיזורי און סעקסבי טשעמבליס פון דזשארדזשיע, האב איך געוואלדיג הנאה געהאט, זיי האבן געפרעגט צו דער זאך, בבחינת שאלת חכם חצי תשובה, דער טשעיבמליס האט פארגעליינט אן אי מעיל פון א צופרידענעם סאלדאט, וואס האט געהויבן די מאראל ביי די אנוועזענדע.
עליזאבעט דאול זאל מיר אבער מוחל זיין, טראצדעם וואס זי איז א רעפובליקאנער, זי האט דארט געלאכט ווי א זיבעלע, כאילו די הירינג וואלט געווען וועגן טשאלענט קוגל.
אחרון אחרון חביב, איינער פון אונזערע, הרב ר' יוסף ליבערמאן נ"י, וועלכער האט אנגעפאנגען מיט א תורה אויף די וואכעדיגע פרשה, זאגנדיג אז ער האט פונקט אויפגעמישט דעם בייבל צו די פרשה פון די מרגלים, זיי ווייסן דאך נישט אז פערצופאל איז דעמאלטס געגאנגען פרשת שלח, און האט געזען די מעשה פון יהושע וכלב, אדער ווי ער האט זיי אנגערופן דזשאשוע און קעלעב.
תמצית דבריו האט ער פרובירט ארויסצוברענגען אז די מידיא זענען די מרגלים וועלכע ברענגן נאר שלעכטע נייעס פון איראק, און מיר דארפן זיין ווי דזשאשוע און קעלעב. ר' יוסעל האט אויפגעברענגט די שאלה צי מען ברויך נישט האבן מער טרופן אין איראק, אבער אלע גענעראלן האבן אים געזאגט ער זאל גיין עסן כרעמזלעך מיט זופ קניידלעך און לאזן די מיליטער פירן איר ווירטשאפט.
שוין דאס איז וואס איך האב געהאט צו דערציילן, איך מיין אז פאר א ערשטע מאל שרייבן בין איך גאנץ לאנג און אפשר אפילו לאנגווייליג פארפארן און פארקראכן פון איין זאך צום צווייטן, אבער איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן, און אויב איינער וויל נאך פון די סארט באשרייבונגען קען איך דאס טאן, פארשטייט זיך לויט וויפיל מיין צייט ערלויבט, אבער איך וועל פרובירן צוצושטעלן סערוויס פאר אט די חשוב'ע פארום וואס האט מיר אונטערגעהאלטן שוין א לאנגע תקופה.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/6/2006 20:48 לינק ישיר 

איך קוק ארויס אויפן טאג וואס מען וועט קענען לינקן צו יעדע תגובה. איך זאל נישט מוזן שיקן א לינק פונעם גאנצן בלעטל אויב איך וויל איינעם צייגן א תגובה וואס איך אדער א צווייטער שרייבן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/6/2006 20:40 לינק ישיר 

היינט האב איך באמערקט אז איך האב געמאכט א שטיקל טעות, ולמען הפונקטליכקייט וועל איך עס דא שרייבן, דהיינו אז אין די רשימה פון די הודעות למשתמש קען יא צומאל ווערן דערמאנט צוויי מאהל איין אשכול, דאס איז ווען יענער האט גע'עפענט דעם אשכול, דאן וועלן זיי יא צוצייכענען די דאטום פון די ערשטע תגובה אינעם אשכול, אבער נאכדעם וועלן זיי נאר צוצייכענען די לעצטע תגובה וואס ער האט געשריבן אין דעם אשכול און נישט אלע פון אינדערמיט, משא"כ איינער וואס האט נישט גע'עפענט דעם אשכול וועט נאר ווערן דערמאנט איין מאהל די אשכול אפילו ער האט דארט געשריבן עטליכע מאהל, ממילא לפי"ז קען צומאל זיין אז מען זאל קענען וויסן פון דארטן די ערשטע תגובה אויב ער האט געשריבן זיין ערשטע תגובה דורך עפענען א נייע אשכול,

נאך א זאך וואס איז אינטערעסאנט צו וויסן (קען זיין אז יעדער ווייס שוין) אז די לינק וואס זיי צייכענען צו אויפן הודעות למשתמש בלעטל (ביי אונז ווערט דאס אנגערופן פאספארט בלע"ז) דאס איז נאר גי לינק צום ערשטן בלאט פון דעם אשכול אפילו אויב יענער האט געשריבן זיין תגובה אויפן פערטן אדער פינפטן בלאט, ממילא זאל מען זיך נישט וואונדערן אויב מען דרוקט אויפן לינק און מען זעהט נישט דארט קיין הודעה פון יענעם ניק, ווייל דאס מיינט אז מען דארף כאפן א בליק אויף די אנדערע בלעטער פונעם אשכול, (און דאס וואלט ווען טאקע געמעגט זיין זייער קומענדיגע אויפטוה אז ווען מען דרוקט אויפן לינק זאל מען אנקומען גלייך צו יענעם בלאט וואו יענער האט געשריבן, אזוי ווי איך האב טאקע געזעהן ביי עטליכע אנדערע סארט פורומים [פון גרויסע קאמפאניס] וואס דארט ווען מען דרוקט אויף איינעמס פאספארט גיבן זיי די לינק גלייך צו יענעם בלאט וואו יענער האט געשריבן, און ביי עטליכע נאך בעסערע האב איך געזעהן אז ווען מען דרוקט אויף די פאספארט קען מען גליייך זעהן וואס יענער האט געשריבן און מען מוז נישט אריינגיין צו יענע אשכול).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/6/2006 22:26 לינק ישיר 

בן-הרחמן;

זיי מוחל ליין איבער די ערשטע צוויי שורות פון אט דעם אשכול, וועסטו זיך איבערצייגן אז דאס איז טאקע יא מיין ערשטע תגובה, וואו איך שטעל זיך פאר פארן חשוב'ן עולם. אויסערדעם געדענק איך אליין אז דאס איז מיין ערשטע תגובה דאהי.

אבער דיין הערה איז אמת אין אלגעמיין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/6/2006 19:52 לינק ישיר 

גראדע קען מען נישט וויסן פון דארט פונקטליך די ערשטע תגובה וואס מען האט געשריבן, ווייל זיי ברענגען נאר יעדע אשכול איין מאהל אפילו אויב דו האסט געשריבן דארטן עטליכע תגובות, און אויב דו שרייבסט נאך א תגובה אין יענעם אשכול וועט עס שוין נישט שטיין ביי די דאטום פונען ערשטען תגובה נאר ביי די דאטום פון די לעצטע תגובה, למשל דער אשכול פון 'אנאליזן' איז שוין יעצט דער לעצטע פון דיינע תגובות. ממילא קען זיין אז ערגעץ אינדערמיט איז דא א תגובה וואס איז געשריבן געווארן פריער נאר עס איז געליסטעד שפעטער וועגן א שפעטערע תגובה אין יענעם אשכול, ודו"ק וקצרתי.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/6/2006 17:34 לינק ישיר 

אזוי ווי היידפארק האט ערמעגליכט נאכצולויפן "אלע" תגובות פון יעדע ניק, האב איך אויפגעזוכט מיין ערשטע תגובה, און דא איז עס...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/7/2005 05:33 לינק ישיר 

אט האב איך אויסגעשטעלט א מזל טוב פאר אונזער פרעזידענט, ווער עס קען (קרעמער אדער דטרבקי) זאל עס אריבעשיקן צום פרעזידענט, און ברענגט אונז צוריק זיין ענטפער:

Heimishe shtisim forum
Hydpark.hevre.co.il
-----------------------------

The Honorable President George W. Bush

Congratulations on your upcoming 59'th birthday!

May god bless you with good health, strength and wisdom to lead this great nation to victory against all its enemies, and may god continue to bless the USA!!!

Hutkh
Menahel [leader] of the forum



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2005 05:35 לינק ישיר 

זעהט אויס אז מיין זכרון דינט מיר טאקע נישט.
אבער לאמיר צוריקגיין צו אונזער וועג פון אנאליזירן:
יעצט ענדיגט זיך א שטילע וויקענד, באמת וועט זיך דאס נישט ענדיגן פאר דינסטאג צופרי יום שנכפל בו כי טוב, ווייל מאנטאג איז יולי פיר, די אמעריקאנע פייערונג פון פרייהייט, ווען מען איז געווארן אומאפהענגיק פון די בריטישע, שטעלט אייך פאר אויב מיר וואלטן נאך געווען אונטערטעניג צו די בריטישע, מיר וואלטן היינט גערעדט מיטן בריטישן אקצענט, גראדע האב איך עס ליב און איך ווייס נישט אויב עס וואלט אזוי שלעכט געווען.
אין די נייעס איז דוקא יא געווען גאנץ לעבעדיג, מען האט געפונען און געראטעוועט עטליכע סאלדאטן אין אפגאניסטאן, נאכנישט געהערט קיין פונקטליכע פרטים דערוועגן, מען האט גע'הרג'ט דעם הויפט על קאידא'ניק פון סאודי אראביע, און דער עגיפטישער שליח קיין איראק איז געפאנגען געווארן, ביי זיי זאל עס בלייבן.
אויף סיספען איז נישט געווען קיין אינטערסאנטע הירינגס האב איך בלית ברירה געמוזט וואטשן עטליכע אלטע עפיזאדן פון סעטורדעי נייט לייוו, איינס איז געווען געהאוסטעד פון ריעס ווידערספון, און איינס פון דרו בערימאר, טאלאנפולע און געלונגענע אקטיארשעס. וויל פערעל איז מעכטיג געווען אזוי ווי אייביג, און ביי איין עפיזאד האט אלישע שליסלעך, קיעס אויף ענגליש, געזינגען א ניגון.
עס איז מיר אונטערגעקומען א צייטונג אויסשניט וואו מען קען זען די געבורטסטעג פון באקאנטע מענטשן וואס פאלן אויס אין די וואך, האב איך באמערקט אז די וואך מיטוואך וועט זיין די ניין און פופציג'סטע געבורטסטאג פון אונזער פרעזידענט דזשארדזש דאבעליו בוש ירום הודו, ווילן מיר אים טאקע אנווינטשן אז ער זאל דערלעבן צו זען אסאך נחת פון זיין קאדענץ, און ער זאל זעהן א נקמה אין זיינע שונאים בקרוב בימינו, און איך בעט דטרבקי זאל אריינשיקן אונזער ווארעמע וואונטש פארן פרעזידענט'ס פריוואטע אימעיל קאסע, אפשר וועלן מיר צוריקבאקומען א באגריסונג און מיר וועלן דאס ארויפלייגן דא אויפן פארום.
אויך איז היינט די דריי און פערציג'סטע געבורטסטאג פון טאם קרוז דער געוועזענער מאן פון ניקאל קידמאן פון אייס ווייד שאט און די אדערס און נאך אסאך אסאך פילמס. מאנטאג וועט זיין די געבורטסטאג פון העראלדא ריווערא וועלכער איז אויפגעצויגן געווארן אין וויליאמסבורג, און איז היינט פון די גרעסטע נייעס איבערגעבער אויף פאקס נייעס אגענטור, א געוואגטער און ספאנטאנער נייעס ריפארטער וועמען איך גלייך זייער צו הערן יעדן זונטאג אויפדערנאכט. דינסטאג וועט זיין די צוויי און פערציגסטע געבורטסאג פון אידי פאלקא, זי איז די וואס שפילט די ווייב פון טאוני סאפראנא, מיטן נאמען קארמעלא, איך האב גראדע געהערט אז בשיטה איז זי זייער ליבעראל.
אין אנדערע נייעס, סטיווען שפילבערג, דער באגאבטער דירעקטאר פון צענדליגער מייסטערהאפטיגע פילמס, איבער אלע סארטן טעמעס, בפרט אידישע אנגעלעגנהייטן, ובעיקר די שוידערליכע צווייטע וועלט קריג, דארונטער די שינדלער'ס ליסטע, און לעצטענס איז ער ארויסגעקומען מיט א פיינע פילם וואס איך האב נאכנישט עספיעט צו זען מיטן נאמען דער טערמינאל, וואס לייגט אראפ א מעשה שהי' פון א מענטש וואס איז געבליבן אויסגעשפילט, ער האט נישט קיין שום לאנד וואס וויל אים אריינלאזן, און ער וואוינט שוין יארן אויף טשארלס דע גאל עירפארט אין פראנקרייך.
רישט זיך יעצט אנצוהויבן א שווערע ארבעט אויף א פילם וואס וועט שילדערן די אלימפיק שפילן וואס זענען פארגעקומען אין מינכן אין די תש"ל'ס, וואס עלף איזראלישע ספארטלער, איך ווייס נישט אויב זיי זענען געווען פון מכבי מאה שערים אדער אונגארישע הייזער, זענען פארכאפט געווארן דורך אראבישע קידנעפער, און די וועלט האט זיך איבערגעדרייט, עס הייסט אז דאס וועט זיין א מעכטיגע פילם, און איך ווארט שוין קוים דאס צו זעהן.
זענט איר לעצטנס געווען אויף די באן און געזען די אדווערטייזמענטס פון עיטש.עס.בי.סי באנק, אוי איז מיר געקומען צום לאכן ווען איך האב געזען ווי זיי לייגן אראפ בילדער פון פארשידענארטיגע מענטשן, און שרייבן וויליאמסבורג בלשון שאלה, איינער איז א שחור, דער צווייטער להבדיל א איד מיט א פולע בארד וועלכער האלט א יאפאנעזער קינד וועמען מען האט אנגעטאן א קאפל פאר די בילד, נאכדעם איז געווען א פוילישע גויטע, און א כלומר'שט היימישע קאפעל, אבער ווער עס איז א מבין האט געקענט באמערקן אז עס איז אדער אייגענע האר אדער יומען העיר שייטלען פון די עבודה זרה האר וואס מען גייט שוין נישט היינט אין וויליאמסבורג.
יעצט וועלן מיר איבערגעבן דאס ווארט פאר אייך אלע, לאמיר זעהן וואס איר האט צו זאגען, א דאנק.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/7/2005 02:33 לינק ישיר 

קרעימער, פליז נעם עס נישט צים הארצען, כ'האב געמאכט א joke.

פערצופאל איז גאנזאלעס גארנישט אזא רעכטער. ער איז פרא אבארשען. קען זיין אז וועגען דעם איז ער געפארן קיין איראק כדי צו געפעלן פאר די רעכטער פליגל פינעם ריפאבליקן פארטיי.

פערצופאל איז עשקראפט היבש געפלויגן. דערמאן זיך...
עשקראפט האט ביי א פרעסע קאנפרענץ אין "מאסקאווע" אנאנסירט דעם ארעסט פונעם שמוציגע באמבע טעראריסט דזאסעף פעדיע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/7/2005 19:27 לינק ישיר 

יעצט הער איך אויף די נייעס כוואליעס אז דער אויבנדערמאנטער אלבערטא גאנזאלעז איז געפארן אויף א פלוצלינג'דיגע וויזיט קיין איראק, איך שטיי און וואונדער זיך וואס האט אן אטוירני דזשענעראל פון אמעריע צו זוכן אין איראק, אויסער אויב ער וויל אויפארבעטן זיין נאמען אז ער איז א כל בו השלם, און איז ראוי צו זיצען און שימלען אויפן סופרים קאורט, אדרבה, דערמאנט מיר, איז אטוירני דזשענעראל דזשאן עשקראפט אמאל ארויסגעפארן פון אמעריקע פאר סיי וועלכע סיבה, עס האט דאך אויסגעקוקט ווי ער איז צוגעשמידט צו זיין בענקל אין יוסטיץ דעפארטמענט, אדער געדענק איך פשוט נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/7/2005 14:17 לינק ישיר 

יונגאטש טייערע, איך ווייס נישט אויב איך דארף זיך באליידיגן פון דעם וואס דו שרייבסט אז וויסנשאפטלער וועלן קומען צו א באשלוס אז איך האב געדארפט גיין אין קאנטרי, אפשר מיינסטו צו זאגען ווייל אזוי וואלט איך געווען פרייליכער און נישט אזוי פארווייטאגט, אבער פון די אנדערע זייט פאנג איך אן צו קלערן אז פשוט ווייל פון קאנטרי וואלט איך מסתמא געהאט ווייניגער צייט צו שרייבן דאהי די אלע אנאליזן וואס קריכן דיר שוין אפשר פון די נאז לעכער, בפרט אז איך בין יא צופרידן מיט קערען יוז און דו נישט.
דערמאנסט מיר פון מיינס א חבר וועלכער פלעגט זינגען טאג און נאכט מיט זיין נערווירענדע שטימע ביז איך האב זיך אמאל אנגערופן צו אים, דו ווייסט עס איז ממש א שאד אז דו זינגסט נישט אויף טעיפס, ער האט דאס נעבעך אויפגענומען אלס א קאמפלימענט און האט זיך גוט געשפירט, ער האט נישט געכאפט אז מיין כוונה איז פשוט געווען ווייל א טעיפ קען מען כאטש אויסלעשן און אים נישט.
אבער איך שרעק זיך נישט ביזדערווייל, חוץ אויב וועסט מיר קלאר און דייטליך ארויסשרייבן אז איך זאל פארמאכן מיין מויל און אפילו דאן וועל איך נאר אפשר שטיל ווערן.
יעצט לאמיר צוריקגיין צום אנאליז טיש, די פארגאנגענע סוף וואך איז געווען א איבערקערעניש ווען סענדרא דעי אקאנאר איינע פון די ניין סופרים קאורט ריכטער האט מחליט געווען אז זי וויל נאך ארויסנעמען כאטשיג עפעס פון איר אומאינטערסאנטע לעבן, ווייל זיצענדיג שוין פינף און צוואנציג יאר אויף די זעלבע בענקל, און אויסהערן וויאזוי לאיערס לייגן אראפ קעיסעס, און ברויכן זיצן צווישן די עלטסטע לעבעדיגע סקעלעטאנען ווי צום ביישפיל רענקוויסט וועלכער האט געשריבן צוואה מען זאל אים לאזן זיצן אויפן ריכטער בענקל אפילו לאחר פטירתו פשוט אויף צו להכעיס, איז נישט קיין וואונדער אז די אפעטיט פארגייט און מען זוכט זיך עפעס בעסערס, דאס האט אבער אויפגעעפענט א פארשליימטע וואונד אין די אמעריקאנע פאליטיק, דאס איז כלומר'שט די איינציגע סיבה מענטשן זענען ארויס שטימען אין די פארגאנגענע פרעזידענטליכע וואלן, ווייל זיי זענען אקעגן ליבעראלע שופטים, אדער ווייל זיי זענען גאר פאר ליבעראלע שופטים וכדומה.
עס וועט זיין מורא'דיג אינטערסאנט צו זען וועמען בוש וועט אויסקלויבן צו ערזעצן אקאנער אויפן סופרים קאורט, פארשטייט זיך אז איידער דער ממלא מקום וועט זיך זעצן אויף יענעם בענקל וועט מען עס גוט אויסלופטערן, עס איז נישט מער ווי מענטשליך, נאכדעם וואס יענע זיצט שוין דארט איבער צוואנציג יאר אין איין ציה, מען שמועסט אז איינמאל מען נעמט ארויס איינע פון די ניין חברה דארט, וועלן זיי אלע צוזאמפאלן און שטארבן, ווייל ביז יעצט האבן זיי מחמת אלטקייט זיך אנגעליינט איינער אויפן צווייטן, און אזוי האבן זיי זיך געהאלטן פיין, אבער אז מען נעמט ארויס איינעם פון דערצווישן, פאלן זיי אלע אראפ, בלייבט טאקע איבער צו זעהן וואס עס וועט זיך אויסקאכן דארט.
איך האב אמאל אפגעשריבן א גאנץ נאטיץ ביכל וועגן די וואלאן פון צוויי טויזענט וואס למעשה האט די סופרים קאורט אויפגענומען בוש אלס פרעזידענט, איך האב דאן אזוי גוט באשריבן די ניין חברה וואס זיצען דארט, וואס איינער פון זיי איז א שחור, און עטליכע פרויען, אפאר קאנסערוואטיווע און אפאר ליבעראלע, איך מיין אבער אז זייט דעמאלטס איז עס מיר שוין אפירגעקומען, חבל על דאבדין, איך וועל מוזען פרובירן נאכאמאל זיך א קראץ טאן אין קאפ און ארויסגעבן אלטע פארדזשאווערטע סחורה וואס ליגט נאך דארט באהאלטן, אדער אפשר איז צייט צו גיין ווייטער, און זיך נישט צוריקקערן איבערקייען אלטע קיי גומי.
מען שמועסט אז בוש וויל אויפנעמען אלבערטא גאנזאלעז אויפן סופרים קאורט, אבער איך קלער אז ער איז נאך צו ווייניג צייט געווען דער אטוירני דזשענעראל אז דער פאלק זאל איינזעהן זיין גוטס אדער זיין שלעכטס, און דאס איז אפשר א מעלה, ווער ווייסט. לאמיר הערן וואס איר זאגט אויף די אלע זאכען. א דאנק.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/7/2005 21:44 לינק ישיר 

קרעמער טײערע,
אלעס װאס װערט דא געשריבן גײט ארײן אין היסטארי. א הונדרעט יאר ארום װעלן װיסענשאפלער דורכנישטערן אונזערע שטותים. זײ װעלען קומען צו א באשלוס אז קרעמער װאלט געדארפט גײן אין קאנטרי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/7/2005 01:37 לינק ישיר 

יונגאטש; יישר כח פארן זיך וויסנדיג מאכן פון מיר, אבער די לעצטע מאל איך האב געטשעקט מיינע דרייווערס לייסענס איז עס נישט געווען פאר צו דרייוון א טראק, אפשר האסטו געמיינט צו שרייבן קיעפ אן טאלקינג, נאר עס איז געשען א פליטת פה אדער פליטת הקולמוס, שוין לאמיר אריינגיין אזוי טיף, עס איז סך הכל נאר א תגובה אויף היימישע שטותים, אבער אז מ'קלערט אריין טיפער איז א תגובה אויף היימישע שטותים יא בעצם א געוואלדיגע זאך וואס מען קען אסאך אריינקלערן דערין, אבער פאר דעם איז דא צייט אן אנדערס מאל.
איבער קערען יוז, איך ווייס נישט פארוואס דו שרייבסט אז די דרשה פון די צווילינג ביי די קאנווענשען איז געווען א דורכפאל, איך האב עס געהערט און געזען און שטארק הנאה געהאט. אז מ'רעדט שוין פון די קאנווענשן, אה דאס איז געווען א וואך וואס איך בין געווען אין די העכערע ספערן, מיטגעהאלטן יעדע דרשה יעדע נאכט אויף די ראדיא, און ארויסגעפרינט אלע דרשות פון די וועבזייטל דזשארדזשדאבעליובושדאטקאם און עס איבערגעליינט מיט א געשמאק, אה איז דזשאן מעקעין געווען אייזן, בפרט מיט דעם ווערטל אויף דעם פילם מאכער מייקעל מאראן, וועמענס פילם איך האב געזען אין די טאג פון די וואלן, און איך האב אים געאימעילט א מעסעדזש אז ער האט מיר געמאכט ארויסגיין שטימן נאכאמאל פאר בוש.
דער אלטער סענאטאר זעליג מילער פון דזשארדזשיע האט געפייערט מיט אייפער, עס האט זיך געגאסן פון זיין מויל פעך און שוועבל אויף די דעמאקראטישע פארטיי פון וועלכען ער איז מכלומר'שט א מיטגליד, און דזשוליאני האט געהויבן די געמיטער און געמאכט דעם עולם לאכן מיט זיינע געלונגענע וויצן, דער איינציגער וואס האט געוועפט, און דאס איז שוין א שיינע לשון, איז געווען דזשארדזש פאטאקי, במחילת כבוד אונזער חשובער גובערנאטאר האב איך פיינט זיין וועג פון רעדן און זיין טאון און אלעס וואס האט צו טאן מיט אים.
איך האב איבערגעקוקט די פילם פון די קאנווענשען און איך מוז זאגען אז עס איז א שאד אז איך בין נישט אנוועזענד געווען דארט, איך האב שוין ווידער פארפאסט א גלענצענדע געלעגענהייט ארויסצוווייזן פאטריאטיזם און שטאלץ מיט מיין פאטער און מוטער לאנד און איר געלונגענער פרעזידענט וועלכער וועט אריינגיין אין די היסטאריע ביכער און איך נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/6/2005 21:00 לינק ישיר 

קרעימער,
פליז קיפ אן טראקינג! ס׳איז א פארגעניגן צו לײנען דײן אנאליזרונג.

איך בין כמעט אינגאנצן אײנשטימיג מיט דיר חוץ װאס די זאגסט אױף קערען היוס. פארן גאװאנער אין טעקסעס איז זי גיט געװעהן, נישט פארן פרעזידענט. זי האט געשריבן די דיזעסטער ספיטש פון די בוש טעכטער בײם קאנװענשן. קארל ראװ איז א מעסטער מײנד. היסטארי װעט איהם געבן קרעדיט פארן הצלחה פון בוש אין פונעם ריפאבליקן פארטי זײט 2000



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/6/2005 03:48 לינק ישיר 

העלפט מיר ארויס דא, איך בין אין א דילעמא, דער רבי אליין בעט זיך ביי מיר איך זאל אים ארויסהעלפן, און די קינדערלעך שטייען און וויינען אז איך זאל אים אפזאגען, איך וואלט געוואלט האבן דריי טעג זיך איבערצוטראכטן, און אפשר זיך אדורכשמועסן מיט אפאר קלוגע אידן, און נאכדעם וועל איך געבן תשובה, אבער ביזדערווייל זעה איך אז דער עולם איז אדער אין די קאנטרי אדער אויפן וועג ארויס, ווייל קיינער שרייבט מיר נישט וועלכע סארט אנאליזן זיי ברויכן, און קיינער שרייבט בכלל נישט דא אויפן פורום, איז דער עולם מיטגעפארן מיט ר' הוטקע, אויב יא, וואו איז דער עולם געפארן, איך וויל אויך אהינפארן. אבער ביזדערווייל האב איך מורא אז איך וועל מוזן זיין שטיל, ווייל כשם שמצוה לומר דבר הנשמע כך מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע, און ווילאנג מען הערט נישט צוריק אז מענטשן זענען צופרידן אדער נישט צופרידן האט מען נישט קיין אפעטיט צו שרייבן, אפשר נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/6/2005 22:25 לינק ישיר 

משה'לע מיין קינד:

ההכרח לא יגונה ולא ישובח, כך גזרה חכמתו יתברך שמו, אזוי שטייט געשריבן אין די תורה אליין, ואהבת לרעך כמוך, און שלום בית איז פאר אלעס!

על כן, אויף ווידערזען...

מר. קרעמער: איך ווארט אויף דיין תשובה, אבער ביזדערווייל וועט ר' יענטאאש זיין דער ממלא מקום דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > אנאליזירונג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext