בית פורומים היימישע קרעטשמע

איך בלייב אין שטאט פאר מיין מאן!!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/6/2005 06:33 לינק ישיר 
איך בלייב אין שטאט פאר מיין מאן!!!!

פארוואס זאגט מען אז מען פארט אין קאנטרי צוליב די קינדער

איך זאג אז איך בלייב אין שטאט צוליב מיין מאן



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-15/9/2005 02:22 לינק ישיר 

upstate;

האסטו פארזעהן אז איך האב געגרינדעט א נייע ספעציעלע אשכול פאר די 'יישר כח'ס און דאנק בריוועלעך פאר 'נאטורליך' זינט די קאנטרי האט זיך געענדיגט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/9/2005 23:22 לינק ישיר 

נאטורליך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2005 22:02 לינק ישיר 

מען רעדט דאך דא פון א אידענע מיט אויערינגלעך, נישט אזוי?
פאוואליע, מיר וועלען צו אלעם אנקומען. אי"ה

א בקשה צו אלע טאטעס וואס מען האט זיי געבעטען פון שטוב מיט צונעמען די גאנצע חד גדיא אין שוויץ-באד אריין.
איך פארשטיי איהר ווילט ארויס העלפען און בעבי סיטטען, בכבוד גדול. אבער נישט אויף מיין חשבון.
גיט אכטונג זיי זאלען נישט שווימען אין וואסער, די קאנטרי איז אויווער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2005 21:28 לינק ישיר 

א חידוש פלא. דער קלוגסטער האט דאך געזאגט: אשה בכל אלה לא מצאתי...?

נאטורליך; מיר האבן שוין אמאל געשריבן דערוועגן, לדעתי ברויך מען עפענען א באזונדערן אשכול פאר די שטאטישע קרישקעלעך, געב עס א נאמען (בערך אזוי) "דער טאג בוך פון נאטורליך" אדער "דער נאטורליכער טאגבוך".

יישר כח למפרע. כ'קען שוין קוים ווארטן צו ליינען...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/9/2005 21:14 לינק ישיר 

מייו ווייב'ס שוועסטער וואס וואונט אין מאנסי האט איר פארציילט דערוועגען. זי האט אבער עומד בנסיון געווען און נישט פארציילט וועמען פראדוקט עס איז.
חברים און קאנטרי מיטגלידער האבען מיך געפרעגט, האב איך אנגעשטעלט א פנים ווי דער האן אין בני אדם.
איך האף צו שרייבען פאר די חשובע חברים קרישקעלעך און איבעלעבענישען פון טעגליכען סדר החיים אין עיר הבירה וויליאמסבורג. ווען די צייט וועט ערלויבען בעזהש"י.
שיקט מיר נישט קיין אישית נאר צו
[email protected]
א דאנק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2005 16:03 לינק ישיר 

נאטורליך!!! יישר כח פאר די זעכצנטע פאוסט. דו לייגסט אזוי הערליך שיין אראפ וויאזוי וויליאמסבורג קוקט אויס די טעג, אזש איך שפיר ווי דו כאפסט מיר ארויס די ווערטער פון מויל (הגם קיינער קען עס נישט אזוי גוט און נאטורליך אראפלייגן ווי דיר).

איך וויל דיר פרעגן ר' נאטורליך: האבן דיר מענטשן קאנפראנטעד אז דו ביסט דער מחבר דערפון? ווייסן מענטשן אז דו האסט דעם גוטן פעדער אין האנט?

איך קען דיר נישט צווינגן צו ענטפערן ברבים, אבער איך וואלט זיך געפריידט צו הערן אן ענטפער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/9/2005 16:33 לינק ישיר 

באקומען אין אישית


בחדרי חרדים משפחה אידיש>קאנטרי בריוו

1) ס'דרייט זיך ארום א באשרייבונג וועגן די קאנטרי, עפעס מורא'דיג funny מ'זאגט אז ס'קומט פון הייד פארק, ווייסט עמיצער פון וועלעכע אשכול?

------------------------------------------------------
2) קוק דא:
http://groups.yahoo.com/group/jewsrelocation

איך מיין די וועסט עס טרעפען דארט.
------------------------------------------------------
3) ס'שטאמט פון עפעס א שרייבער "נאטורליך"

אין פורם היימישע שטותים

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=11045

איך האב אויך געהערט רעדן דערפון, ס'איז געווען דעם זומער
די talk of the town



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2005 09:24 לינק ישיר 


רבותים

עטץ האטץ נישט קיין אנונג וואו ווייט דע "קאנטרי גליקן" פון נאטורליך'ן האט ווייט אפגעקלינגען, טויזנטער מענטשן האבן דאס באקומען אויף אימעל, ביי מיין טאטן אין שטוב האב איך געטראפן אפאר צעטליך מיט נאטורליךס טאגבוך.

איך האב גערעדט מיט מיין עלטערע שוועסטער די וואך, א מאמע פון זעקס, זאגט זי מיר האסט שוין געזען די "קאנטרי גליקן" ? איינער באשרייבט אזוי גוט די גאנצע קאנטרי איך אזוי פיל געלאכט, אפאר מאל הויף אויפן קול, האסט שוין געזען?
כמובן, האב איך זיך געמאכט תמ'וועטע, וואס? ער מאכט גוט חוזק פון די ווייבער כאטשיג? פרעג איך.
זאגט זי, ניין פון ביידע פון די מענער אויך....

שוין כ'אב פארדרייט דעם שמועס, כ'אב נישט געוואלט איר מאככן פילן געטראפן....

נאטורליך! גרעיט זשאב!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2005 18:54 לינק ישיר 

האלד איט האלד איט קרעמער!

איך האף נאך צו הערן 'מערצעשעם' פון נאטורליך וויאזוי עס איז צוגעגאנגען די גאנצע זאך ווען מ'יז 'אנגעקומען' אהיים, דער שטאטישער שכן צו ער איז 'דיקליך' צו נישט, וויאזוי דער 'רוסישער' האט געשלעפט די פעקלעך, ענד מארר.........

נאטורליך, איים וועיטינג טו העיר פראם יו!!!!!...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2005 18:42 לינק ישיר 

כ'מיין מ'קען שוין שליסן דעם קאנטרי טאגבוך.

נאטורליך; אויב איר זענט וויליג אונז ווייטער מהנה זיין מהני מילי מעלייתא, עפנט אויף א נייעם אשכול מיטן נאמען

נאטורליך'ס טאגבוך


אדער עפעס ענליך צו דעם, און דארט וועלן מיר ווייטער ליינען אלעס וואס גייט פארביי אויף אייך באמת, אדער נאר אין אייער מח...

יעצט ביים סיום ווילן מיר אייך (אוי, איך רעד שוין ווייטער מיט דרך ארץ, לאמיר פרובירן רעדן פער דו) נאכאמאל באדאנקן פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס "דו" האסט אראפגעלייגט, לא יאומן כי יסופר ווי ווייטגרייכנד דיינע ווערטער זענען געווען, סיי בכמות (זיי האבן דערגרייכט אלע עקן וועלט, אין בוכשטעבנליכן זין פונעם ווארט) און סיי באיכות (זיי האבן יורד געווען לחדרי בטן).

כה לחי!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/9/2005 17:18 לינק ישיר 

נאטורלוך דא האסטו 15 שטיק א קעגן די 15 תגובות פון דיין טאג בוך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2005 17:31 לינק ישיר 

קרעמער, שעהם זיך נישט רעדען צו מיר פער דו.
איך הער דיך אויך ביז'ן קאנטרי. און ישר כח פאר דיינע הארציגע ווערטער.
וואס טוט זיך אין וויליאמסבורג? היינט אין מקוה וועסטו שוין נישט זיצען אליין אויף א באנק. אויסער אויב די גייסט א האלבע שעה נאכ'ן זמן, אבער דעמאלסט ריזיקירסטו מיט א בארד אויפ'ן רוקען. yuck
גיט שבת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2005 09:04 לינק ישיר 

נאטורליך; ווען איר וועט ליינען דעם תגובה וועט איר שוין אודאי זיין צוריק פון די קאנטרי, אפגעווישט די שווייס, אויסגעלופטערט פארנט פונעם עירקאנדישן (ווען אלע ווענטעלעך דערפון זענען אנגעשטעלט צו דיין נאז), אויסגעזיפט עטליכע פאקסיס, צוגעטרינקן עטליכע קאווע'ס מיט אייז, און זיך אויסגעשריגן אויף די ווייב און קינדער און אויף וואס די וועלט שטייט.

יעצט, נעם א מינוט, מאך דיר א חשבון הנפש, וויפיל אידן האבן זיך מחיה געווען פון דיין טאגבוך דעם זוממער, וויפיל אידענעס האבן איינגעזען דעם בראך פון קאנטרי, וויפיל אידיש געלט וועט אפגעשפארט ווערן די קומענדיגע פאר יאר אדאנק דיר (קיין רויטן גרייצער און גרינעם פיאסטער נישט...).

נאך אלעס; האט זיך דען נישט אויסגעצאלט דיין קאנטרי 'ביג טיים'???

פאר מיר זיכער!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/9/2005 01:36 לינק ישיר 

נאטורליך;

א גריס פון טאראנטא!!!


איך האב היינט גערעדט (טשע"ט בלע"ז) מיט א חבר אין טאראנטא, האט ער מיר דערציילט בתוך הדברים אז ער האט געליינט נאטורליך'ס טאגבוך, און עס איז אים אזוי געפאלן געווארן אז ער האט עס ארויסגעשיקט צו הונדערט חברים זיינע, און אלע האבן זיך געקאטשקעט פאר געלעכטער...

איך האב אים געזאגט אז איך וועל עס אי"ה איבערגעבן פאר דעם בעל ה'טאגבוך'.

אלזא - נאטורליך - נאדיר א קאמפלימענט פון דעם אויבערשטן קאלטן שכן אין טאראנטא!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/9/2005 00:09 לינק ישיר 

נאטולוך
ווען די וועסט נישט האבן וואס צו טון אפאר מוניט זאלסטו צאמנעמען אלע קאמפלימענטס און עס דאפלען און זאלסט זיך פארשטעלן אז די ליינסט עס בשם מיר
(איך שרייב זאלסט ווי גלייך איך בין דיין בעל הבית אבער מיזט עס נישט טון נאר אויב די האסט געדולד)

פאר איך פארגעס
מיין שוועסטער האט מיר געפרעגט צו איך קען איר פארשאפן די מעשה פון די קאנטרי וואס עס דרייט זיך ארום איך האב איר געזאגט א גרויסע יא יענע נאכמיטאג האב איך עס שוין געהאט פארשאפט פאר איר אין איך האב איר געבעטן אז זי זאל מיך לאזן וויסן וואס זי זאגט דערצו בערך צוויי שעה נאכדעם האט זי מיר געקאלט און זי האט זיך אנטשולדיגט פארן צירוק קאלן אזוי שפעט זי האט ציפול געלאכט און זי האט נישט געקענט רעדן האב איך איר געפרעגט צו זי האט געזען דארט זאכן וואס זי האט נישט געוואלט זען זאגט אז אפשר די מעשה מיט די זכר באנדלעך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > איך בלייב אין שטאט פאר מיין מאן!!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext