בית פורומים היימישע קרעטשמע

poems חרוזים פאועמ'ס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/6/2005 07:28 לינק ישיר 
poems חרוזים פאועמ'ס

עס וואלט געווען אינטערסאנט צו מאכן דא אן אפטיילונג פאר חרוזים – פאומ'ס – און שיינע זאכען וואס איר האט אליין צוזאמגעשטעלט.

איך הייב דא אן מיט א סעמפל:

[די צוויי פאומ'ס האב איך מיר פארשריבן מיט יארן צוריק, יעדע איינע איז פארבונדן מיט א מעשה שהיה, ליינט און האט הנאה, און לייגט דא ארויף אייערע סחורה]:

גריסן
א גריס – לעבן אדער טויט,
ווענדט זיך מער אין דעם מוט.
א שאקל דעם קאפ – שאקעלט א וועלט,
שאקל און שאקל, ס'קאסט נישט קיין געלט.
די פונדאמענט פון פרידען – א וואקעלדיגער איז,
א בויג דעם קאפ, א ווארף די האנט, מ'מוז מ'מוז.
לאמיר זיך אין דעם הינזיכט פארנעמען,
אויב נישט, מיט איבערבעטן זיין פארנומען.
די קאפ א נויג,
די האנט א בויג,
א ווינק די אויג,
ס'טויג ס'טויג.
*
בריוו
מיטן געבויגענעם רוקען גייט זיך דער אלטער,
און אונטערן רוקען א פעקל בריוון האלט ער.
ער איילט זיך נישט דאס איבערצוקוקען,
נאר זיין פאנטאזיע צופירט אים איבער אלטע בריקען.
א אומשאצבארע אוצר האלט ער אין האנט,
איינער פון זיינע באקאנטע האט זיך אין אים דערמאנט.
ער דרוקט די קאנווערטן נאנט צום הארץ,
ער נעמט זיך עס עפענען עס ווערט אים שווארץ.
פונעם פלייש געשעפט א רעכענונג,
צו א סיום משניות א איינלאדענונג.
גארנישט אים מיינט,
ער וויינט, ער וויינט.
אביסל פרייד נישט באשערט,
זעהט אויס ער איז עס נישט ווערט.
היינט איז נישט געווען דער טאג,
פילייכט מארגן, גיט ער א זאג.
*




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2005 02:34 לינק ישיר 

רעד ווייניגער. שרייב מער פאום'ס...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/9/2005 20:49 לינק ישיר 

קרעמער איך זעה דו האסט דיך גענומען היינט אויף מיינע ביינער,

ביי די וועי ביי טעות נומער דריי האסטו אויך עפעס פארזעהן ווייל איך האב נישט געשריבן אז דו האסט 'געשריבן' דעם פאועם בשעת'ן פאטאגריפירן, איך האב געשריבן אז דו האסט עס דעמאלס 'פאבריצירט' דאס מיינט אינעם מוח, וואס דאס האב געמיינט אז דו קענסט יא מיט דיין שארפן מוח



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/9/2005 16:46 לינק ישיר 

בן;

פיר טעותים טעה בן הרחמן באותה שעה...

1. די פייגלעך האב איך פאטאגראפירט שטייענדיג, נישט זיצענדיג.

2. איך קען נישט שרייבן בשעת איך האלט א קעמרע און פרוביר זיך קאנצעטרירן אויף פייגלעך.

3. האסט פארזעהן דעם קעפל "אויפן באס".

4. עס האט גארנישט מיט הארץ צוטאן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/9/2005 09:00 לינק ישיר 

קרעמער; עס קוקט אויס ווי דעם פאועם האסטו פאבריצירט ווען דו ביזט געזיצן און פאטאגריפירט די פייגעלעך,

אידער וועי א שכח פאר די הארציגע שורות



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/9/2005 07:03 לינק ישיר 

נאטורליך; וואו זענען דיינע פאומ'ס?

יונגאטש; כ'מיין אז דו האסט אויך עפעס ערווענט אמאל פון אייגענע פאומ'ס, וואו זענען זיי?

בין איך דער איינציגער 'שעיקספיער' אויפן פלאנעט?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/9/2005 07:02 לינק ישיר 

אויפן באס

זיצן ענג אונטער איין דאך
מענטשן פארשידנארטיג; דעות אסאך
איינער אין די קליינע גמרא איינגעטונקען
דער צווייטער אין א שלאף איינגעזינקען
דאס קעפל ווארפט זיך אים אהין און אהער
ביים דריטן דרייט זיך די צינג; רעדט אן אויפהער

איטליכער פארנומען מיט זיין באשעפטיגונג
א סידור, תהלים, להבדיל א צייטונג
אויסער איך; גארנישט מיטגענומען
מיט 'מחשבה' בין איך פארנומען
קלער איבער דאס אלטע, פלאניר אויף ווייטער
וואו האלט מען אויפן לעבנס לייטער

די פאנאראמע הערליך שיין, וועלדלעך ארום
די וואונדערליכע ווערק פון באשעפער אומעטום
פארשידענע מאדנע פירונגען; כ'מוז געבן א לאך
איינער פון די רייזענדע זאגט דינסטאג פ' וישלח
דער אנדערער האט א פרומע משוגעת
גיסט זיך נעגל וואסער; די גאנצע באס ווערט נאס

פארשידנארטיגע פנימ'ער און געדאנקן גענג
כשם שאין פרצופיהן שוות, כך אין דיעותיהן; געדענק!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/8/2005 19:35 לינק ישיר 

ארויפגעברענגט לכבוד "נאטורליך".

ליינט און האט הנאה, לייגט צו אייערע סחורה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/7/2005 07:29 לינק ישיר 

איך ווארט נאך צו הערן ווער עס האט מיר געקרוינט אלס רבי, און וויאזוי די הכתרה איז צוגעגאנגען... הגם עס שמעקט מיר זייער דעם טיטל, אבער אודה ולא אבוש אז איך האב נישט קיין הוראה (און אפשר טאקע דערפאר בין איך דאס מערסטע געאייגנט צו זיין אן אדמו"ר...). יצאתי בזה ידי חובת מחאה, כמבואר בגמ' שאם חושדין אותו בדבר שאין בו שצריך להודיע, ואם מכבדין אותו שיודע שתי מסכתות ואינו יודע אלא אחת צריך להודיע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2005 06:30 לינק ישיר 

כ"ק אדמו"ר מהוטקע שליט"א


נישט קיצור דברי יואל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2005 06:21 לינק ישיר 

וואס מיינט כאמה"ש?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2005 06:16 לינק ישיר 

יישר כח כאמה"ש פארן מיך אויסבעסרן
פורום איז נישט מעלה אין נישט מוריד (גיט געספעלט...)
פור האסטו מיר יעטץ דערמאנט מיי מיסטעק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2005 06:06 לינק ישיר 

הוד והוד:
יישר כח פארן מקיים זיין מוצא שפתיך. און יישר כח פאר די געלונגענע פאום (עכ"פ די ערשטע האלב דערפון איז זייער שיין, לאמיר זעהן וואס טוט זיך מיט די צווייטע האלב)!

מעג איך דיר אויסבעסערן אביסל "ספעלינג"?

"פורים" נישט "פירום"
"פור" נישט "פיר"
ועוד ועוד,

אבער ווילאנג דאס גראם טוט שטימען
מעג דער הוטקע שטיין און ברימען
ער מוז נישט צו אלעס צושטימען
לאמיר אים מיט די נאז קרימען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2005 05:58 לינק ישיר 

מוצא שפתי אשמור!!!
אויף די פרזענליכע בקשה פין כ"ק אדמו"ר(מהוטקע) שליט"א

האב איך דוחק געווען את הקץ.....
מיט די ערשטע האלב(פארזעצינג...) בריוו.



געשריבן ביים געבן א מתנה פאר מיין געשווירענע חבר
ביי זיין בורסדעי.

אור ליום ....לסדר...תש...
......................................................
משה חיים א מתנה איך שענק דיר צי
לכבוד פירום הגורל הוא הפיר

ווילאנג איך האלט נאכנישט ביי עד דלא ידע
וועל איך דיר זאגן א שטיקל הגדה

אין דעם חודש אדר ביזטו געבוירן
ביי דריי יאר אלט אין דעם חודש געשוירן

בר מצוה געווארן ביזטו נאכדעם א טאג
ברוך שפטרנו האט דיין טאטע געגעבן א זאג

דער קדושת לוי ברענגט אז אין פירום אין דעם חודש
קען מען זיך אויסבעטן אלץ וואס אשר לנו קודש

ווייל מיט שמחה "מיט א שמייכל" קען מען אויפטון גאר אסאך
ובפרט יום כיפורים וואס איז מוכשר לכך

מקען בעטן פאר זיך אין פאר א נאנטן א תפילה
המתפלל בעד חבירו... היא נענה תחלה

איז בעט דיר אויס א זווג הגון
ביי דיר אין שטוב זאל אלץ ליכטיג זיין סזאל טאגן

בעט דיך אויס אויף דיין ריכטיגע לעבן פאר דיין עתיד
שטענדיג זאלסטו זיין קשה לכעוס ונח לרצות חסיד

אליין מתפלל זיין מיט א אייגענע פעולה
זאגט מען נאך פין צדיקים איז די גרעסטע סגולה

אויסזאגען גאנץ תהילים בעצם יום הפורים אזוי
מי ימלל גבורות ה" ישמיע כל תהלתו

ווער רעדט נאך ווען סקומט מיט א קרעכץ פין הארצן טיפן
קען אויפטון דאס גאנץ לעבן מאכן א זיסן

מיט הייסע טרערן קען מען זיך אויסבעטן אלצדינג ממש
ווי דוד המלך זאגט א-ל דמעתי א-ל תחרוש

.....................................................


עד כאן חצי ה...בריוו
(פארזעצונג קומט)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/7/2005 05:28 לינק ישיר 

יענטאאש, מי יבא אחרי המלך, ווער בין איך דיר צו קאמפלימענטירן אויף דיין זעלטן געראטענעם שיין צוזאמגעשטעלטן חרוז, וועלכער איז אויסגעהאלטן מיט אלע כללים, גראמאטיק און פאועטיש, און אפילו אויסגעהאלטן לויט די חוקי הפורום, עכ"פ ביז דער מנהל קומט צוריק, און איך גלייב שווער אז ער וועט זיך איינרייסן מיט דיר, ווייל אויב יא וועט ער ברויכן זוכן א פערטן מנהל משנה אין א קורצע תקופה פון עטליכע מאנאטן. איך וויל נאר וויסן מיט וועלכן ניגון מען זינגט דאס, איך וואלט פארגעשלאגן אז לכבוד יאמאמיי וועלכער האט געמאכט דעם געוואגטן נחשון בן עמינדב שריט און געקומען שרייבן דא מיט זיין חדשות אנ"ש נאמען, זאלן מיר פרובירן זינגען דיין חרוז מיט דעם ניגון הידוע פון יאמאמיי יאמאמיי יאמאמיימיימיימיימיי, זינגט אלע צוזאמען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/7/2005 00:38 לינק ישיר 


איר זענט יעצט אויף הייד פארק יא? אט איז א פאועם וואס איך האב פארפאסט לכבוד דעם אופגעכאפטן זייטל.


"הייד פארק"

'הייד פארק', דער נאמען איז שוין היינט ברייט פארשפרייט,
ווי כלל ישראל וועלכע איז אויף אלע זייטן וועלט צעשפרייט און צעזייט,
טוט אויף איר א גאנצן טאג שטראמען מען קומט און מען גייט,
אין די פורמ'ס מען כאפט א בליק אין די ליידיגע צייט,

אין אמת'ן איז דער פלאץ גאר א וועפיגער,
ארבעטסלאזע לייט טוען זיך אין איר רייסן איבער אהרן זאלי בנציון און אונגער,
שייגעץ רשע אכזר גנב מסור טוט איינער אויפן צווייטן שרייען,
אמת'ע און נישט געשטויגענע לשון הרע'ס טוט מען כסדר איבערקייען,

יעדער פאר זיך איז גערעכט און דער צווייטער פשוט'ע ליגנט ער זאגט דאך,
ער זאגט דאך אנדערש ווי איך 'וויאזוי גלייבסטו אים נאך?',
יענעמס רבי איז אן אויסווארף נישטא אפילו וואס צו דעבאטירן,
איי די חסידים וואס ער האט? דו זענען סתם שטירן,

יענער איז א פראסטער פאפער היינט זאגט ער אנדערש ווי נעכטן,
ער טוט היינט פארדארבן וואס ער האט נעכטן געטון פאררעכטן,
און דאס וואס איך טו די זעלבע דאס איז קיין פראבלעם נישט עכט,
וויל איך האלט דאך פון 'מיין' רבי איך בין דאך אייביג גערעכט,

אין אנדערע פורם'ס טוט מען פון סעקס שמועסן,
און פון נאקעטע בילדער טוט מען געניסן,
נארישע וויצן און איבעלדיגע מאסעס אנע איטערעסאנטקייט א טראפ,
זענען דא אויף די פורם'ס צו ליינען ביז איבערן קאפ,

איין פלאץ איז פארבליבן פון ווי מען קען געניסן,
מען קען באהבה ואחוה ב'טעמ'טערהייט שמועסן,
אז איר ווילט לאכן און שמייכלען און זיך ענדזשויען,
'היימישע שטותים' קענט איר געטרויען,

הוטקע, יענטאאש, בןגאלד, און בן בלי שם,
איך ווייס נישט וויאזוי איר קענט לעבן אן דעם,
א זייטל א געשמאקער פיל מיט טעם,
וועלכע איז אין 'הייד פארק' באמת אן אויסנאם.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > poems חרוזים פאועמ'ס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext