בית פורומים היימישע קרעטשמע

יענטאאש ווערט איינשטימיג אויפגענומען....

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/6/2005 19:27 לינק ישיר 
יענטאאש ווערט איינשטימיג אויפגענומען....

בשורה טובה תדשן עצם!!!!!!!!!!!

היינט פארמיטאג - פונקט אינמיטן די גרויסע הכנות און די שאכטלעך וואס ווארטן אנגעפולט צו ווערן מיט די קאנטרי געצייג - איז אנגעקומען די בשורה טובה צום צענטראלן אפיס פון קהל היימישע שטותים, אז אונזער וואויל באקאנטער ר' יענטאאש נ"י איז נעתר געווארן לבקשתינו, און נאך צענדליגער הפצרות פון די טובי הקהילה בכלל מיטן מרא דאתרא בפרט, האט ער זיך געבראכן און אנגענומען די נזר "מנהל משנה", לאמיר אלע אויסשרייען בקול רם ונשא:

מזל טוב!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

יחי אדונינו מורינו ר' יענטאאש יחי!!!!!!!

ווי עס ווערט איבערגעגעבן פון קהל'ס אפיס וועט ער ווייטער שטיין צו הילף פארן חשובן ציבור כשור לעול וכחמור למשא אויפצוהייבן דעם געמיט פונעם עולם מבירא עמיקתא ומעומקא דתהום רבא ביז שמי קורה און איגרא רמא, וואס ווי עס איז שוין היינט ברייט באקאנט בכל רחבי תבל, ובכל מקום שדבר היידפארק מגיע, איז יענטאאש מקובל ומרוצה ביים פובליקום, מענטשן פאסמאקעווען זיך מיט זיינע זיסע רייד, ער איז דאך ממש מלא חריין.

זאל טאקע השי"ת העלפן, אז ער זאל זעהן אסאך נחת ביי זיך און ביי אלע יענטאאשלעך זיינע, אזש עס זאל זיך גיסען שפע ברכה והצלחה מיט רוב נחת דקדושה עד ביאת גואל צדק בב"א.

== דער עולם ווערט געבעטן אפצוגעבן ברכת מזל טוב כראוי וכנכון ==

אויך ווערט איבערגעגעבן בשם די הנהלת הקהילה, אז היות רבינו שליט"א (הגה: די גבאים שרייבן דא אויף דעם רב'ס לעדערהעד...) וועט נישט זיין בנמצא דא ווי געהעריג אין די זוממער וואכן, וועט ער איבערגעבן א טייל פונקציעס פאר די משמשים בקודש, און מיר האפן אויפצונעמען נאך איינס אדער צוויי מנהלי משנה בקרוב בימינו (אדרבה, זאגט אייער מיינונג, ווער איז פאסיג דערצו).



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 23:55 לינק ישיר 

יגר,

דריי יאהר צי שפעט אויפגעשטאנען.

גיי צירוק שלאפען פאר נאך זיבען און זעכטציג יאהר, אווי חוני המעגל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 17:42 לינק ישיר 

יענטאאש מזל טוב!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2005 22:22 לינק ישיר 

הבהרה! קלארמאכונג!

עס זענען דא פארשידענע אפטיילונגען אין די קהילה, עס איז דא די עקזעקיוטיוו ברענטש (אזוי ווי להבדיל דער פרעזידענט, ווייס פרעזידענט, גאווערנארן און מעיארן) דאן איז דא די לעגיסלאטיווע ברענטש (אזוי ווי די סענאט און קאנגרעס).

יענטאאש איז ביז היצטערד געווען דער ראש הקהל און אנגעפירט די עקזעקיוטיוו ברענטש, אבער ער האט נישט געקענט מאכן אדער טוישן געזעצן, ווייל דאס באלאנגט פאר די לעגיסלאטיווע ברענטש.

היינט צוטאג וועט ער קענען (הגם ער וועט נישט מוזען) משנה זיין אויסמעקן און צולייגן כפי אוות נפשו, כאדם העושה בתוך שלו, ווי ביים טאטן אין קאנטרי...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2005 20:57 לינק ישיר 

והיינו דאמרי אינשי יענטאאש מאטיאש והוטקע היינו הך

ודוק מאוד מאוד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2005 20:55 לינק ישיר 

ברשות הוטקע
איך וויל אנווינטשן א הערצליכן מזל טוב פאר נייעם מנהל משנה דער אייבישטער זאל העלפן זאלסט קענען ארויס העלפן דעם חשובן מנהל ביז די הונדערט און צוואנציג יאר

בדרך אגב איך האב קלאר מאכן אפאר זאכן
1) איז יענטאאש געווארן אויס ראש הקהל ? אדער איז דאס איין זאך מיט מנהל משנה?
2) לעצטענס רופט מען דא הוטקע רבינו שליט"א איך האב גארנישט דערקעגן אבער ווען איז געווען די הכתרה?
3)אויב איז טאקע הוטקע רבי אפשר זאל מען רופן יענטאאש-מנהל משנה רב הצעיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > יענטאאש ווערט איינשטימיג אויפגענומען....
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext