בית פורומים היימישע קרעטשמע

לאנדאן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/7/2005 18:58 לינק ישיר 
לאנדאן

וואס גייט נעבעך פאר אין לאנדאן? האבן זיך די על קאידא'ניקעס גענומען איבער זיי? צו האט דאס צו טון מיט די אלימפיאדע באשטעטיגונג?, עניוועי האב איך גרויס מיטלייד מיט אונזערע אחים לדעה די ענגלענדער, יה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו,

ווער עס האט עפעס א מיינונג איבער דעם נושא צו פאליטישע אנאליזן צו דברי ניחומין וכדומה, ווערט געבעטן ארויפצוקומען צום באלעמער און זיך לאזן הערן



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/7/2005 05:31 לינק ישיר 

בן הרחמן אזוי ווי איר האט זייער שיין געבעטן האב איך זיך מטריח געווען ארויפצולייגן דא א שטיקל באריכט פונעם פארגאנגענעם טאג, איך האף אז איר וועט זיין צופרידן.
היום יום חמישי בשבת פרשת חקת תשס"ה לפ"ק, ולמספרם דער זיבעטער טאג פון דער זיבעטער מאנאט אין יאר צוויי טויזענט און פינעף. די היינטיגע טאג וועט אריינגיין אין די היסטאריע ביכער אלס די בריטישע ניין עלף, וואס אין דעם טאג האבן זיי געליטן די מערסטע קרבנות ווי סיי ווען זינט די צווייטע וועלט קריג וועלכע האט אנגעזייט חורבנות אין לאנדאן און אויף די בריטישע מיליטער איבעראל. אזוי ווי די ספאניארדן האבן געהאט זייער אטאקע אין דעם דריטן טאג פון דעם דריטן מאנאט אין דעם פארגאנגענעם יאר אויף די באנען אין מאדריד, אזוי האבן די בריטישע היינט געליטן פון עטליכע געמיינזאמע אטאקעס אויף זייער אונטערערדישע באן סיסטעמען און אויף א דאפעלטער באס וואס איז געמיטליך געפארן אין די הונטערשטע געגנטער פון לאנדאן הבירה.
אנגעהויבן האט זיך דאס ווען די שטאט לאנדאן איז אויסדערוועלט געווארן אלס אכסניא פאר די אלימפיאדעס אין יאר צוואנציג צוועלף למספרם, נטע בלייער דער פרעמיער פון ענגלאנד האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און איז ממש געשפרינגן פאר שמחה אין סינגאפאור, דאס איז געווען מיטוואך, אבער דאנערשטאג האט זיין פנים געהאט גאר אנדערע קנייטשן ווען ער האט געהאלטן א שטייפע רעדע קעגן די טעראריסטן וועלכע האבן אטאקירט זיין שטעטל, ער האט גערעדט זייער שטרענג און אומפארגעקוקט, ארויס פון ארבל ווי עס ווערט גערופן, און זיינע ווערטער האבן מיר זייער איבערגענומען, די טאון פון זיין שטימע און די תוכן פון זיינע ווערטער האבן דערמאנט פון די הארטנעקיגע פאזיציע קעגן די נאציס פון זיין פארגייער ווינסטאן טשורטשיל וועמען יעדער פרובירט נאכצומאכן אין די יעצטיגע מלחמה קעגן טעראר, אפילו רודי דזשוליאני, וועלכער איז נישט פערצופאל געווען אין לאנדאן יענעם צופרי נאר ווי א מאגנאט וואס ציהט צו איבערקערענישן און האט גלייך אויפגעטרעטן אויף הימעל נייעס אגענטור אין לאנדאן, האט אויך געליינט די ביאגראפיע פון טשורטשיל בשעת ער איז איינגעשלאפן די נאכט פאר סעפטעמבער אילעווען.
די אטאקעס האבן אויסגערעכנט צו שטערן די גרויסע אכט קאנפערענץ, וואו די פירער פון די פרייע וועלט האבן געזאלט אדורכרעדן איינע פון די אומוויכטיגע טעמעס אין דער וועלט וואס רופט זיך קלימאטן ענדערונג, טאוני בלעיר אליין האט געברויכט אנפירן מיט די סאמיט וועלכע קומט פאר אין סקאטלאנד, אבער גלייך נאך די אטאקעס האט ער זיך אויפגעהויבן און אריבערגעפלויגן צו זיין היימלאנד אכט געבן אז ארדענונג און רואיגקייט זאלן איבערנעמען דעם הערשנדן כאאס. איך גלויב אז אלע אדער א טייל פון די גרויסע פירער בפרט אונזער פרעזידענט בוש וועלן זיך אריבערכאפן קיין לאנדאן אין די נאנטע טעג ארויס פון זייער כלומר'שט אנגעצויגענע סדר היום, ארויסצואווייזן זייער סאלאדעריטעט מיט די דארטיגע מענטשן וועלכע זענען באטראפן געווארן פון די באנדע טעראריסטן וואס זוכן אונטערצוברענגן די פרייע וועלט.
גרויס צומישעניש האט געהערשט אין די ערשטע שעות נאך די אטאקעס, צוערשט האט מען גערעדט פון צוויי טויטע און הונדערט פופציג פארוואונדעטע, אבער ווי שפעטער האט מען אלס צוגעלייגט מער און מער טויטע, אויף די חרדישע נייעס אגענטורן האט אויך געהערשט א צומישעניש, ווער עס האט געהערט די קול מבשר הייסע ליניע האט געקענט הערן דעם קול פון דעם נייעם קארעספאנדאנט פון לאנדאן וועלכער האט קלאר געמאכט פארן היימישן ציבור אז לויט זיין אינפארמאציע זענען קיין אידן ב"ה נישט געשעדיגט געווארן, און האט צוגעלייגט אז השי"ת זאל העלפן ווייטער, ממש ווי די אידישע וועטער אגענטור וואס איינער האט דא ארויפגעלייגט נעכטן, וואס האט געלויטעט אז עס וועט חס ושלום רעגענען בלי נדר זאל נישט אויסגערעדט זיין פאר קיין שום אידיש קינד געדאכט.
דא אין אמעריקע האבן די אויטאריטעטן פון די היימלאנד זיכערקייט אגענטור געהעכערט די שטאפל פון וואכזאמקייט אויף אלע מאסן טראנספארטאציע איינהייטן, דער נייער שעף מיכאל שערטאף האט אויפגעטרעטן קרוב צו חצות היום און געמאלדן אז די קאליר וועט ארויפגיין פון געלב צו מאראנץ. פארשטייט זיך אז ער האט פרובירט בארואיגן דעם אומבאזארגטן עולם אז מען קען רואיג פארן אויף אלע באנען און טוהן וואס מען וויל אן קיין פארכט פון די משחיתים.
דא אין ניו יארק האבן זיך צוזאמגענומען אלע הויכע קעפ, אנגעהויבן פון דעם הויכן גאווערנאר דזשארדזש פאטאקי וועלכער האט סעפטעמבער עלף געטראגן רודי דזשוליאני'ס מאנטל אזוי ווי ענדרו קאומא האט געהאט געזאגט ביי די וואלן, אבער יעצט האט ער נישט געטראגן קיינעמס מאנטעל ווייל עס איז געווען הייס אינדרויסן. ער האט גערעדט כמעט צו דער זאך זאגנדיג אז די אטאקעס דערמאנען יעדן אז די מלחמה איבער טעראר גייט ווייטער אן, עס האט אביסל אויסגעזען ווי ער האט פלענער צו לויפן פאר פרעזידענט אדער וויצע פרעזידענט אין די נישט ווייטער עתיד. נאכהער האט גערעדט דער אומבאלומפערטער מאיאר בלומבערג וואס געווענליך רעדט ער א מייל א מינוט אן קיין תוכן אבער היינט איז ער געווען זייער קלאר און צו דער זאך, קען זיין ווייל ער איז געווען אויסגעמוטשעט פון די דורכלעבעניש אין סינגאפאור וואו ער האט אנגעוואוירן די אלימפיאדעס פאר וועלכע ער האט אזויפיל אריינגעשוויצט די לעצטע תקופה, אויב דאס איז די סיבה וואלט איך אים געראטן אלס נאנטער חבר אז ער זאל פון יעצט ביז די וואלן גאר ווייניג שלאפן אזוי וועט ער רעדן צו דער זאך ביי די קאמפיין אויפטריטן און וועט מיר נישט דערמאנען מיין באבע'ס קול און לאגיק ביי יעדע רעדע זיינע אפילו אויף די טאלק שוי פון דזשאן געמבלינג פרייטאג צופרי פון צען ביז עלף.
דאן האט גערעדט דער פאליציי קאמישאנער פון ניו יארק רעימאנד קעלי וועמענס זוהן דוד איז געווען א קארעספאנדאנט פאר פוקס נייעס קאנאל בשעת די איראקער מלחמה ווער עס געדענקט נאך די גוטע צייטן ווען מען האט געקענט מיטהאלטן די גאנצע מלחמה לעבעדיג אדאנק די פרעסע וואס איז געווען גוט איינגעבעט צוזאמען מיט די מיליטער אין די טאנקען, איי ווען דערלעבט מען שוין נאך אזא מלחמה, פילייכט אין איראן אדער צפון קארעא ווער ווייסט.
במשך דעם טאג האט מען געקענט הערן די בי.בי.סי. נייעס אגענטור אויף אכט צוואנציג עי.עמ. אויך ווארען אמני וועלכער רעדט געווענליך אויף צו די פינטל וועלכע געפונט זיך אויף יענעם זעלביגן סטאנציע פון צוויי ביז דריי נאכמיטאג איז געווען זייער גוט און צו דער זאך ווי געווענליך.
יעצט בלייבט נאר איבער צו זען וואס די בריטישע וועלן טאן מיט זייערע אראבישע שכינים וועלכע דרייען זיך ארום אין סטעמפארד היל און פרעדיגן אפן און גראב אקעגן די רעגירונג און קעגן די מערב וועלט, פערצופאל האבן זיי שוין לאנג ארעסטירט דעם אנפירער זייערן מיטן נאמען על מאסרי אבער נייע ארעסטן וועלן זיכער נאכקומען. טעג וועלן רעדן און מיר וועלן אויסהערן מיט נייגער אזוי ווי אייביג, און מיר וועלן באריכטן צו אייך אונזערע חשוב'ע ליינער מיט די זעלבע קלארקייט און אומזייטיגקייט, יושר'דיג און באלאנסירט. בלי נדר. א דאנק.


תוקן על ידי - קרעמער - 08/07/2005 5:33:09



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/7/2005 01:33 לינק ישיר 

איך האב אויך די ערשטע מינוט געטראכט אז סהאט צוטוהן
מיט די אלימפיק

אבער ווי נאר איך האב געהערט אז סקומט פון על קיידא ימ"ש
האב איך פארשטאנען אז סהאט נישט מיט דעים

איך האף נאר אז זיי זאלען אונז נישט דראפען יעצט נאך אזא מעשה ווייל די עולם דארט גייט יעצט ווערן זייער אויפגעקאכט דארט

אין זיי זענען די איינציגסטע וואס קוקען אויף אונזער זייט בכלל

עניוועס די אייבערשטער זאל האלטן די רעכסע האנט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > לאנדאן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext