בית פורומים היימישע קרעטשמע

שוידערליכע עקסידענט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/7/2005 23:46 לינק ישיר 
שוידערליכע עקסידענט

וויי געוואלד. א יונגע קאפעל איז ליידער אוועקגעריסן געווארן פון אונז. אויב די ערשטע באריכטן זענען אמת, רעדט זיך דא פון דעם דרייווער האברך ר' אברהם ווייס ע"ה (אין די דרייסיגער יארן), און האברך ר' זאב ברוך טייטלבוים ע"ה, וזוגתו פייגא ע"ה בת ר' אהרן ישעי' פיש שליט"א.

תוקן על ידי - hutkh - 26/07/2005 7:54:58



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2005 18:13 לינק ישיר 

Whats this a 2 piece duster never heard of it, or a ban against it

enlighten me please, i shouldnt be nichshal with those things

thanks



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2005 09:10 לינק ישיר 


אזא תלמיד חכמ'קע איז זי ? רעב. הוטקע?!!

זי ווארפט מיט גמרות , חז"ל'ן, ווי גארנישט, ווי זי וואלט ווען געשפילט באל..

וואו האט זי געלערנט? אין בית יעקב ? אין YU ? איך בין נתפעל!!

יעצט איז מיר פארענטפערט... די גמ' לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו וישא בת תלמיד חכם.

פארוואס עפעס נאר די טאטע דארף זיין א תלמיד חכם, זי אליין נישט?!

נאר יעצט איז מיר פארענטפערט געווארן אז , אין הכי טאקע, זי אליין דארף אויך זיין א תלמיד חכם'קע...! ...


און נישט סתם, נאר נאך ווי האט רבי הוטקע געצאלט א פרייז דערפאר. ימכור כל מה שיש לו, שטייט דאך...!!




אגב, וואס איז געווארן מיט די התעוררות דרשות? אויף וועמענס אחריות זיצט יעצט מיין ווייב אליין אין קאנטרי ?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2005 20:26 לינק ישיר 

איך וועל מיך נישט קענען באטייליגן אבער איך האף אז עס וועט זיין טעיפס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/7/2005 14:50 לינק ישיר 

מודעה!

ווי געמאלדן דורך אונזער נייער מנהל משנה (וואס צוליב די טרויער וועט מען יעצט נישט מאכן קיין גרויסע אויפנאמעס ביז סוף וואך) וועלן פארקומען רירנדע הספדים ביי אונז אין קרעמל דא במשך דעם זונטאג'דיגן טאג.

אבער - אנדערש ווי געמאלדן - וועל איך בלי נדר ארויסברענגן דריי וויכטיגע נקודות וואס איך האלט אז זיי ברויכן א געוואלדיגן תיקון, ואלו הן:

1) די ערשטע און די וויכטיגסטע - און מענינא דיומא - דאס וואס משפחות שיידן זיך אויפן זומער, די ווייבער זיצען אפ אין די קאנטרי'ס בשעת די מענער זענען אליין אין שטאט. וואס דאס פאר זיך איז א גזירה רח"ל וואס ווער עס האט די מעגליכקייט וואלט דאס געדארפט אפשטעלן. עס טאר נישט ווייטער אזוי זיין. בפרט ווען מען הערט זיך ליידער אן אזויפיל שוידערליכע מעשיות וואס קומען פאר א דאנק דעם, והדברים ידועים.

2) דאס וואס בן הרחמן און קרעמער האבן שוין ערווענט. דעם ענין פון טשעטרומ'ס, וואס איך האב שוין אנגעגרייט א שטיקל "דרעפט" פון א דרשה א שטיקל צייט צוריק, אבער צוליב דעם וואס דער אלגעמיינער טשעטרום איז פארמאכט געווארן האב איך דאס אפגעשטופט, אבער יעצט איז א שעת הכושר וואס מען מוז ארויסקומען אין דער עפנטליכקייט מיטן חומר הענין, למען ישמעו ויראו ולא יזידון עוד.

3) נאך א ענין וואס שטערט מיר געפערליך, און דאס וועל איך איבערלאזן אויפן עצרת התעוררות אליין (אויב איר וועט פון פאראויס וויסן פונקטליך אלע נקודות פון מיין דרשה, האב איך מורא אז איר וועט איינדרימלען ווי נאר איך נעם די מייקראפאון אין האנט אריין, אפשר נישט?).

קומט אלע אין די מאסען, ברענגט מיט אייערע פריינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/7/2005 09:46 לינק ישיר 

אי"ה מארגן זונטאג נאכט בשעה 10:00 וועט פארקומען א אסיפת התעוררות ביי אונז אין שערי קנייטש הוטקע צו מעורר זיין דעם עולם לתיקון המעשים.

עס וועלן אויפטרעטן=

ביי די מענער:
רעב הוטקע, וועט מעורר זיין וועגן טשעט רומס ובענין אין חכם כבעל הנסיון.

יענטאאש, וועט ארומרעדן וועגן קאלירטע סעלפאון'ס.

קרעמער, וועט געבן א פאליטישן באריכט פון די עקסידענט.

ביי די פרויען:
רעבעצין הוטקע, בנושא פון שמאלע געפאסטע קליידער.

אשת בןגאלד, וועגן די איסור פון 'טו פּיעס דאסטערס'.

דער אייבערשטער זאל העלפן ובלע המות לנצח בב"א.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > שוידערליכע עקסידענט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext