בית פורומים היימישע קרעטשמע

קליינע וועלט?? פיצי וועלט!!!......

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/7/2005 19:41 לינק ישיר 
קליינע וועלט?? פיצי וועלט!!!......

ווער עס האט נאר אמאל גערעדט צו אן עלטערן איד אדער אידענע, וועט איר הערן פון אים/איר די אויסדריק 'אוי, די היינטיגע וועלט' איז 'א קליינע וועלט'...

און ווען איך זאג 'עלטערע איד' מיין איך נישט דוקא אן אלטער איינגעבויגענער מיט צעקנייטעשטע הויט, ציטערדיגע הענט, גרויע האר, און א ציטערדעגע הייזעריגע שטימע צו וועלכן מען דארף צולייגן קאפ און אויער צו פארשטיין וואס פונקטליך דער מענטש רעדט, און דאגעגן ווען איר רעדט צו אים ברויכט איר שרייען העכער פון א הויכהילכער אויכעט נאר אז ער זאל הערן אינגאנצן עפעס אנדערש ווי איר האט געמיינט צו זאגן, איך מיין אינגאנצן נישט דייקא אן אלטער איד וועלכע בענקט שטענדיג צו די אלטע היים צום קליינעם שטעטל אין וועלכן מען האט געדארפט ארויסלויפן אין הויף אין די קעלט און היצן כדי צו טון די מענטשליכע באדערפענישן און נאכער זיך אינטערווישן מיט -אמבעסטן פאל- א שמוציגער צייטונג פאפיר און ס'רוב מאל מיט א שטעכיגן שטיין און אויך שוין א גענוצטע, איך רעד נישט דוקא פון די עלטערע אידן וועלכע בענקן נאך די מילך וואס די מאמע האט 'אליינס' געמאלקן פונעם קי וועלכע האט זיך געהאדעוועט ביים שכן און הויף און פארשפרייט איר דומפיגן גערוך אינעם גאנצן ארום, איך רעד נישט דייקא פון די עלטערע לייט וועלכע בענקן זיך צו די פליייש וועלכע מ'האט געהאט פונעם טשיקן וועלכע מ'האט 'אליין' אויפגעצויגן ביי זיך אין הויף און 'אליינס' אפגעווישט די כסדר'דיגע צואה אירע און 'אליינס' געטראגן צום שוחט און 'אליין' איר געזאלצן אפגעוואשן און אפגעקאכט, איך רעד נישט דייקא פון די עלטערע אידן וועלכע שטרעבן צוריק צו גיין אינעם אלטן דערפל אין וועלכע עס האבן געוואוינט א קנאפע צוויי מנינים אידן און פאר א גרופע פון אכט קינדער פון פארשידנארטיגע עלטערס איז געווען איין מלמד וועלכע האט געשמיסן מיט א צווייג ווען מען האט נישט געקענט די עברי און באלוינט מיט אן 'אגוז' ווען מען האט יא געקענט, איך רעד נישט דוקא פון די גאר עלטערע אידן וועלכע בענקן צו די צייטן ווען מען האט געמאלד וויכטיגע נייעסן דורך א טעלעגראם און אויסגעפירט שידוכים דורך בריוו אנדעם וואס די חתן כלה זאלן וויסן (עם) מי ומי ההולכים, איך רעד אפילו פון מיטל עלטערע אידן די היינטיגע עלטערע בעלי בתים זיי וועט איר אויך הערן זיך אויסדריקן אז די היינטיגע וועלט איז גאר א קליינער...

און זיי זענען נישט גערעכט, קליין איז זי די וועלט? 'ס'איז פיצי'!!!!!!...... איר קענט היינט אפלעבן די יארן און אלעס וויסן האבן און באקומען אנדעם וואס איר זאלט אויפהייבן די פליישיגע רגליים אייערע, אלעס דורכן זיצן ביי א קאמפיוטער סקרין, איר קענט טון ביזנעס, קויפן נכסים, אויסשטאפירן דאס הויז, בויען דאס הויז, באשטעלן א פיצא! אלעס אויפן קאמפיוטער, אמאל האט מען גאדארפט גיין צום פענסטער זען די וועטער אינדרויסן, היינט.... יעדע סייט זאגט דיך אן וואס דו זאלסט פרעגן פונקטליך וויפיל וואלקענס רוען העכער דיין בלאק.....

און איך זאג אייך, עס וועט נאך קומען א צייט, נישט לאנג ארום, וואס מען וועט אנהייבן פראווען שמחות אויף די נעט..... (איך מיין נישט דאס וואס די טראכסט, דאס איז שוין יעצט דא....), נישט לאנג ארום וועט איר עמטליך הערן 'ר' יענטאאש פ. רופט דעם עולם צו זכור אין ביהמ"ד 'היימישע שטותים!'.... וואס עפעס מאכסטו דארט? אה איך דאוון דארט איך בין דארט א מעמבער, טאקע? וואס עפעס?, סתם ס'איז זייער א בא'טעם'ט קליין שול'כל איך ווייס נישט איך האב עס ליב.....

לאנג וועט עס נישט געדויערן........ דער באשעפער זאל העלפן נאר אויף שמחות.....


תוקן על ידי - יענטאאש - 17/07/2005 19:44:22



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2005 06:26 לינק ישיר 

בן הרחמן, איך וויל צולייגן צו דיינע אמת'ע און טייערע רייד נאך א נקודה. ווי איר ווייסט איז היינט א וועלט פון מארקעטינג, אדווערטייזינג איז אויף גאר א הויכע שטאפל, ווי קיינמאל געווען. יעדער פרובירט אויפצוקומען מיט ארגינעלע איידיעס און משוגעת'ן, ווי צום ביישפיל די טעלעפאן קאמפאני וואס לייגט ארויף א בילד פון דזשוניער סאפראנא, און יעצט האבן זיי דאס געטוישט צו אן אלטן פוילישן איד.
עס וועט אבער קומען א צייט וואס אויב דו וועסט וועלן מאכן אז מענטשן זאלן אנקוקן דיין אדווערטייזמענט, וועסטו עס שרייבן מיט א פעדער אויף א לוסליעוו פאפיר, און וועסט עס ארויפקלעבן אויף די וואנט מיט סקאטש טעיפ.
עס עי מעטער אוו פעקט, זעה איך עס דאס וואך איין וואך אויס, מענטשן וועלן ענדערש קוקען אויף א איינלאדונג פון א שלום זכר וואס איז געשריבן מיט אן אלטמאדישן בליי אויף א צוקנייטש שטיקל פאפיר, ווי איידער אויף א גרויסע צעטל וואס האט שיין ארויפגעפרינט די אותיות מיט א הערליכע פרעים ארום. ימים ידברו.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/7/2005 04:58 לינק ישיר 

Whats the mallah in a cyber sweater…nothing that I can even imagine. Quite the contrary I think. You never know when your built-in mechanism might go crazy and turn you into a suicide bomber. I just mentioned that to emphasize on the point of how crazy the wireless world has gone



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2005 08:40 לינק ישיר 

עטץ דערמאנטס מיך וואס א חבר פון ישיבה האט מיר אמאל געזאגט, אז עס וועט קומען א צייט וואס אויב איינער וועט נישט האבן קיין צייט צו דאווענען מנחה וועט ער זאגן באשעפער טייערער איך האב א פאלם פיילאט און דו האסט דאך אוודאי אויך (כביכול) נו וועל איך דיר אריינ-ביעמן א מנחה,

גראדע האב איך געהערט אז אין צוואנציג יאר ארום וועט מען אנשטאט די אלע קארדלעס טעלעפאנען וואס מען דארף כסדר זוכן און געדענקען וואו מען עס אראפגעלייגט נאכן ניצען לעצטע מאהל, וועט מען אויפקומען מיט א טעלעפאן וואס וועט האבן א ווייער פונעם בעיס צום טרייבל אזוי אז ווען מען וועט ענדיגן רעדן וועט מען אייביג וויסן וואו דער טרייבל געפינט זיך, און מען וועט שוין נישט נוצען די אלטמאדישע קארדלעסעס, (גיי ווייס אין די היינטיגע עולם התוהו?) ווי וועט מען איינפירן אז איבעראל אויף די גאסן וועט זיין טעלעפאנען וואו מען וועט קענען רופען מיט א קוואדער און מען וועט שוין דארפן מיטשלעפן מיט זיך די אלטמאדישע סעלפאון'ס נאר וואו מען גייט וועט זיין אויפן וואנט א טעלעפאן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/7/2005 06:06 לינק ישיר 

איר מיינט אודאי אז אין צוואנציג יאר ארום וועט מען נאך רעדן פון די אינטערנעט???

רעדט מען נאך היינט פון א "פעקס"???

אין צוואנציג יאר ארום גייט דער אינטערנעט זיין א פארגענהייט אזוי ווי מיין "פעקס" איז היינט ווערט א קדחת (איינער דארף עס???).

וואס גייט דאן זיין??? דאס ווייסט איין באשעפער!!! (אה, שיער נישט פארגעסן... אויך TIPPER GORE די נערוון קראנקע ווייב פון אלבערט גאור האט שוין מסתמא געהערט פון איר מאן וואס ער פלאנט צו ערפינדן אין די קומענדיגע צוואנציג יאר).

&&
בן בלי שם: סייבער אין די סוועדער??? וואס איז די מעלה דערפון?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2005 02:08 לינק ישיר 

I know what you mean by that yenta, youre saying that in the end it comes down to a choice. But I do think that in the future it is going to be near to impossible to live without being wired in. I keep hearing how in years from now every household will gradually replace the phone with the internet. Its scary



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2005 00:20 לינק ישיר 

נעימלעסס יו בעטער בעליוו 'משיח זאל אוודאי קומען פריער', דו ווילסט נישט טראכטן וויאזוי אונזערע אייניקלעך גייען אויסקוקן, איך מיין אז די שאלה איז נישט צו זיי וועלן 'קענען' לעבן אן די אינטערנעט, די שאלה איז צו זיי וועלן 'וועלן' לעבן אן די אינטערנעט..... הוי... דאס איז א שווערע שאלה........

תוקן על ידי - יענטאאש - 20/07/2005 0:30:41



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2005 18:28 לינק ישיר 

I hear they're planning to build wireless connections into fabric weaving. I put on my sweater; I'm a walking cyber machine, cool huh? Its crazy, the way the world goes round these days, pretty soon the interned is going to be more like air to breath, its no wonder everybody needs a shrink sooner or later. I'm seriously thinking about studying psychiatry. Eventually, that is the only place pple will ever leave their house for. All shtisem aside, I do have a serious question regarding all of this. Does anybody think that our einiklech will be able to live without the internet? I know these days its still considerably under control between the heimshe oilem, but what do you guys think will happen in about twenty years from today (mushiach zul avade frier du zein)? 0



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/7/2005 21:17 לינק ישיר 

יענטאאש, איז דאס א רמז אויף עפעס???

מען נעמט שוין אן מזל טוב'ס???

==
דא איז טאקע אין פלאץ מעורר צו זיין דעם עולם, מיטצוטיילן די שמחות מיט די חברים דא אויפן פורום!

אויב מיר וועלן געוואויר ווערן אז איר האט געמאכט א שמחה און נישט איינגעמאלן פאר די חשוב'ע חברים דא... וועלן מיר אייך צווינגען איבערצומאכן די זכור\קידוש\וואך נאכט\ און אפילו די ברית מילה אויב מעגליך...

אכטונג! מיר האבן אייך געווארנט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > קליינע וועלט?? פיצי וועלט!!!......
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext