בית פורומים היימישע קרעטשמע

בזזזזז.... נאך א פליג ווי אזוי ווערט מען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/7/2005 20:06 לינק ישיר 
בזזזזז.... נאך א פליג ווי אזוי ווערט מען

איך זיץ און קאך מען עסט נאכטמאל מיט די בני בית און די פליגן לאזן נישט נאך נאכאמאל און נאכאמאל וויאזוי קען מען פטור ווערן פון זיי?
מיין ווייב שרייט וויפול מאל דארף איך דיר זאגן קויף די קלעבעדיגע פלעסטיק וואס מען הענגט אויף אויפן דאך און די פליגן קלעבן זיך אן דערויף און גייען ל"ע אויס פאר הינגער צי פאר וועלעכע סיבה עס זאל נאר נישט זיין
און איך זאג איר נאכאמאל און נאכאמאל איבר מעשה וואס איך וועל דא שרייבן
געווען איז די מעשה 10 יאר צוריק איך בין געווען א קליינע בחור איך האב געהאט א מגיד שוער און די 70גערס עס איז געווען ביי נאכט סדר די פענסערס זענען גווען אויפגעמאכט עס זאל אריין קומען די פיינע פרישע ליפט און פארשטייט זיך אז די פליגן פון אינדרויסן האבן געזען ווי בחורים זיצן און לערנען זענען זיי גראד אריין געקומען ארויס העלפן די יצר הרע און שטערען די בחורים פון לערנען
איז איין טאג א בחור אויפגעקומען מיט די זעלבע פלאן ווי מיין אשת חיל און ער איז געקומעל אביסל פריער און האט אויפגעהאנגען די קלעבעדיגע פלעסטיג
נאכן לערנען האט מיין מגיד שוער צוגערופן איינע פון די בחורים אן געזאגט אז ווען יעדער וועט ארויסגיין פון כתה זאל ער אראפ רייסן די קלעבעדיגע פלעסטיגס דער בחור האט אנגענומען די כיבוד אבער ער האט געפרעגט דעם מגיד שוער וואס ער זאל זאגן פאר די בחורים פארוואס ער האט עס אראפגנומען האט ער גענטפערט "עס איז צע בעלי חיים עס נעמט גאנץ לאנג פון זיי קלעבן זיך אן ערויף ביז זי שטארבן "
און אט די ווערטער זענען מיר אריין און די ביינער און איך ענטפר די זעלבע זאך פאר מיין ווייב און עס העלפט פאר צוויי טעג און נאכדעם קומט זי אויף נאכאמאל מיט די זעלבע עצה
וויל איך פרעגען דעם עולם וואס זאך איך טוהן ? וויאזי גיט עטס ענק א עצה ?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/7/2005 03:17 לינק ישיר 

האב איך א גיוואלדיג עצה וואס פאטרייפט די פליגן.

נעמט א ניילאן זעקל די דורכזעכדיגע זעקאלאך וואס מיר לייגו אריין אין דעם די מויצקע ברויט פון די קינדער פארן חיידר, פילט האס האן מיט וואסער פאר קניפט אס גוט זאל נישט א רויסרינען פון דעם, דער נאך נעמט העפעס אשטריק אדער אשטארקן פאדים בינט אס צו צום זעקל פון איין זייט און די צוויטע זייט פון שטריק בינט צו צום דאך און זאל אס אראפ איינגען אז דער זעקל זאל שטיין אזוי אין מיטן פון צימער...

בדוק ומנוסה..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/7/2005 19:16 לינק ישיר 

יו בעט איים גאואינג אן.... עס ווי ספיעק לויף איך ארום מיטן פליגן כאפער און איך הרג'ע (קלאפ!!!...) וויפיל סע (קלאפ!!!...) גייט... (קלאפ!!!... נאהאט שווערער חברה מאן... קלאפ!!!!... אה אזוי... פיינעלי ערלעדיגט...).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/7/2005 07:54 לינק ישיר 

איך האב היינט געזען אין ספר חסידים פון ר' יהודה החסיד, אז ווער עס האלט זיך צוריק פון הרג'נען פליגן ווייל ער איז א צדיק, זאל ער וויסן אז אויף אים שטייט די פסוק אל תהי צדיק הרבה, זיי נישט קיין גרויסער צדיק, זיי נישט קיין ענדע צדיק ווי מען זאגט דאס ביי אונז. ווייל אויב מען לאזט זיי ארומפליען, וועלן זיי אריינפליען אין די עסן און טרינקן דיינע און דו וועסט ח"ו נכשל ווערן אין עסן פליגן וואס דאס איז עטליכע עבירות מיטאמאל. סאו, יענטאאש, גאו אן, גיי הרג'ע וויפיל עס לאזט זיך.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/7/2005 16:08 לינק ישיר 

יענטאאש
איך מיין אז ביי איינע פון די מסיבות איז געווען א פראבלעם מיט די ביר SO מיין איך אז די זאלסט פון דעם אויך רעדן ביי די מיטינג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2005 15:27 לינק ישיר 

העי העי!!... האלאו!... האלאו!!!!.... וואספארא מין גע'קידוש'עכץ דא??!!! האסט געפרעגט רשות פון קהל????!!!!!......

הער דא זענען דא תקנות,
ברוינפן:נישט קיין שארפע און נאר צוזאמגעמישט מיט וואסער.
קעיק: נאר פלעינע נישט קיין 'קרעמערישע'.
טשאלענט: דאס איז 'בן הרחמן'ס' דעפארטמענט.
קוגל: דייקא 'פעפעריקע'.
פיש, הערינג, גרעיפ דשוס, און אלע איבעריגע זאכן: גייט מען באשלוסן ביים נעקסטן קהל'ס מיטינג.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2005 06:02 לינק ישיר 

הוטקע איך מיין אז יעצט איז די פאסיגסטע צייט צו געבן קידוש, ענדליך האבן מיר די זכיה צו הערן יענטאאש רעדן מיט זיין אייגענע שטימע, געווענליך מאכט ער זיך, ער שפילט ווי גלייך ער איז רואיג, טראצדעם וואס מיר אלע ווייסן דעם פאקט אז אלס ראש הקהל און וויצע פרעמיער קען ער נישט זיין אינעווייניג אזוי רואיג ווי עס צייגט אויף אים פונדרויסן. ענדליך האבן מיר דא דעם ריכטיגן ראש הקהל וועלכער שרייט און פארפירט מיט זיין באסאווע שטימע, לאמיר געבן קידוש, דער ראש הקהל האט זיך אנטפלעקט במלא יפיו והדרו.
כדי די רעבעצין הוטקע מיט מרת יענטאאשטע זאלן זיך נישט צוקריגן פון פריש איבער דעם קרעימאש קעיק, וואס פאריגע מאל איז דאס אדאנק די קריגעריי געפאלן אויף דער ערד און קיינער האט נישט געקענט הנאה האבן דערפון נאר מיין קליינער קלונימוס קלמיש וועלכער האט זיך אריינגעזעצט דערין און זיך פאסמאקעוועט דערמיט מיט אלע זיינע צוואנציג פינגערלעך, וועל איך אויסצאלן דעם קעיק פון מיין טאש.
איך וויל אבער אז מען זאל דאס קויפן אין א היימיש געשעפט, ווייל עס פאסט פאר אזא היימישע קהלה צו ברענגן נאר היימיש. לחיים לחיים.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/7/2005 15:29 לינק ישיר 

האלאו הוטקע, וואס האט דיר עפעס געכאפט אזא רחמנות אויף די פארשאלטענע פליגן ימ"ש וזכרם? דו גלייכסט זיי נאך צו צו עטל ראזענבערג ע"ה?!!, איך האב שוין איינמאל הנאה ווען איך זע די עקלהאפטע פליגן זיך צאפעווען אויף דעם קלעפיגן געהענגל און ער קען נישט אנטלויפן ווי אן אויגנבליק ווי נאר איך הייב אויף די האנט אים אאועקצו'הרג'נען, איך האב שוין איינמאל אן הנאה צו הערן דעם גרידזש פון די מאשין ווען ער פארברענט דעם טייוולאנישן פליג און מאכט אש פון זיין קליין גרוליג קערפער וועלכע האט אין זיין קורץ לעבן פון אזויפיל מענטשן צוגענומען דאס ביסל רואיגקייט און מנוחה , וואס ווילסטו ענדערש הערן? דעם נערווירענדן גרידזש פונעם פארשאלטענעם פליג אין דיין אויער וועלכע צורודערט די טיפסטע נערוון און די קענסט נישט פטור ווערן דערפון? אז דו האסט אזוי רחמנות אויף די חברה קען איך אפשר שיקן מיינע צו דיר???......

תוקן על ידי - יענטאאש - 20/07/2005 15:31:15



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2005 05:32 לינק ישיר 

איך פערזענליך עקל זיך פון די געלע קלעבעכצער, עס ווארפט אן אומ'חן אויף מיילן ארום, מען זעט דארט די זיידע באטערפליי וואס האט זיך אויסגעלעבט די יארן, געזען נחת פון די אייניקלעך, נאר געהאנגען צו ווערן בפני קהל ועדה... עס איז א גרויל.

אבער אויך די מאשינען וואס עלעקטריזירן די פליגן איז אויך א סאדיזם... עס דערמאנט פון דעם עלעקטריק טשעיר וואו עטל ראזענבערג מיט איר מאן האבן אויסגעהויכט זייער נשמה... איך ווער צוקיצלט אינעווייניג הערנדיג דעם בזזזזזזז פון דעם עלעקטערישן מאשין, וואס זאגט איר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > בזזזזז.... נאך א פליג ווי אזוי ווערט מען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext