| נשלח ב-27/7/2005 07:06 |
|
| |
א נפחא מינה צי ער האט יא געדאווענט נישט געדאווענט.....
ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא...!
דער עיקר איז מען זאל אינזין האבן ביים דאווענען....
רחמנא ליבא בעי!!
==============================
אין ישיבה בין איך געווען א גרויסער פעיפער [בלעז PAYFER]
ענדליך בערך צוויי אזייגער זיך אריינגעכאפט אין די שלאף צימער פון די "זקנים" די געשמאקע אלטגעזעסענע חברה בחורים פון די ישיבה... איך פלעג הויך אויסרופן:
דערשרעקטס ענק נישט אויב מען זעהט ניין מלאכים אנקומען....
גלייבטס מיר זיי האבן זיך נישט דערשראקן...
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 05:38 |
|
| |
בן הרחמן, אנטשולדיגט פארן דיר מאכן נייגעריג... (קוק אין תיבה אישית... לאל).
דאס וואס דו שרייבסט "נאו סיקרעטס אין פאבליק סקול"... ברויך מען אריינלייגן ביי געבראטענע שטותים... ווייל "פארוואס דען נישט???". וואו דען זאל מען זאגען סיקרעטס?
ווען איך רעד מיט דיר פריוואט איז דאך נישט אינטערסאנט צו רעדן אין אויער אריין (געדענקסט ווען מען פלעגט לייגן די האנט און נאר איין האלב פון די חדר\סקול האט געקענט מיטהאלטן די סוד?) און בכלל, הייסט עס דען א סיקרעט ווען איך רעד מיט דיר אפן???
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 03:16 |
|
| |
אקעי! גענוג! וויאזוי פלעגט מען זאגן אין חדר\סקול נאו סיקרעטס אין פאבליק, אדער פאקטס אלעס ארויס אויפן טיש און רופטס עס אויס הויך ביים באלעמער אדער הערטס שוין אויף צו שרייבן יעדע מינוט גו וואס איך האב געשריבען קוק וואס איך האב געענטפערט קוק נישט וואס איך האב נישט געענטפערט, לעטס טאלק סענסעבל, אקעי גייס
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 01:38 |
|
| |
תיקוני תשובה זענען נישט וויכטיג???
אוי וויי, יעצט ווערט שוין יעדער מער נייגעריג...
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 01:35 |
|
| |
איך בין געווען היינט זייער פארנומען דאווענען מנחה... שחרית.....און תפלת נדבה....און אויך ........
איבערבעטן מיין ארבעטער!!!!
מיין תיבה אישית האב איך שוין געטשעקט (ס'איז נישט געווען אזוי וויכטיג אז די זאלסט דארפן מאכן יעדעם נייגעריג...)
און יעצט זיי מוחל, קוק וואס איך האב דיר ג'ענטפערט
הצלחה רבה!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 07:54 |
|
| |
נפחא וואס איז געווארן מיט די מנחה?
טשעק דיין תיבה אישית, איך האב דיר געשריבן עפעס וויכטיג. (צו אייך אלע: אנטשולדיגט פארן נייגעריג מאכן... שרייבט מיר אין אישית, וועט איר אויך צוריק באקומען...).
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2005 18:57 |
|
| |
ביי דע וועי נפחא, דיין פארשפעטיגן מנחה האט עפעס געהאט צוטאן מיט דעם וואס דו ביזט געווען ביזי אנצושרייען דיין ארבעטער?.......
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2005 07:46 |
|
| |
נפחא, וואס איז געבליבן, איך האב מורא אז איך בין א מבין, און איך האב מורא אז איך האב פארשטאנען דעם רמז, און איך וויל דיר זאגען אז לויט דעם געוואלדיגן בירור הלכה פון ר' הוטקע קענסטו נאך היינט מנדב זיין א תפלה. גוטע וואך. פארגעס נישט צו מאכן הבדלה, ווייל דאן וועסטו מוזען פאסטן די גאנצע וואך, און נישט נאר זונטאג.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2005 00:36 |
|
| |
איך וועל יעצט צוענדיגן דעם זוהר וועסטו דיך אפשר בארואיגן (די ביסט דאך דער 'בן הרחמן').
אית נפחא ואית נסחא מה בין נפחא ונסחא אלא נפחא הוא יבש ונסחא הוא לח וכו'...
ובזה יצאתי ידי חובתי...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2005 00:10 |
|
| |
נפחא! ביזט מיר שוין געווארן א בעל מקובל אויכעט?
אויב אזוי ביסטו טאקע א נפחא אויב דער יצר הרע האט געוואונען
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2005 22:04 |
|
| |
קודם א יישר כח פאר דיינע ווארעמע ווערטער ר' הוטקע. וועגן דעם וואס די ברענגסט אראפ די גמרא "חציף עליה מאן דמגלי חטאיה", איך מיין אז ווען איך פארצייל עס דא אויף די אינטערנעט מיט מיין ניק 'נפחא' שעם איך מיך נאך אלס זייער שטארק!ווען נישט זאג איך דיר ווען וויאזוי איך הייס
(עניוועיס ביי די מיטינג מיט די מנהלי 'היידפארק' אויב שרייבן אויף די נעט גייט אריין אין כלל פון רעדן קענסטו שוין איינוועגס פרעגן די קשיא אויכעט)
א יישר כח מר. קרעמער פארן זיך מאכן ווי ס'אינטערסירט דיך צו איך האב געדאווענט, איך וויל נישט ענטפערן דערויף ווילאנג איך באקום נישט קיין ענטפער פון 'הוטקע' אויב שרייבן דא גייט אויך אריין אין גדר פון די גמרא חציף עלי וכו'! והמבין יבין!!
און פאר דיר יענטאש ס'איז באקאנט די זוה"ק 'אית נפחא ואית נסחא' וגו'... ודי לחכימא ברמיזא....
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2005 15:31 |
|
| |
א נפחא דער.... יצר הרע יצר טוב געזיגט פארלוירן.... איך האב שוין אויך פארפאסט א מנחה, אבער ס'האט זיך נאר געמאכט.... איך האב מיך פארגעסן, פארטון, נישט אויסגעקומען..... אבער נישט א גאנצע פייט יצר הרע יצר טוב...... א נפחא.......
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2005 06:05 |
|
| |
א שאד אז בן הרחמן האט נישט ארויפגעלייגט דא זיין מעשה מיט די פאלם וואס מען קען שוין היינט ביעמען מנחה, אזוי וואלסטו נישט געדארפט איבערדאווענען. אבער זאג נאר, וואס האסטו למעשה געטאן, דער עולם איז נייגעריג צו הערן אן אפדעיט. דער עולם קען נישט עסן און נישט טרינקען און נישט שלאפן און נישט טאן אנדערע זאכען ווילאנג מען ווייסט אז דו ביסט מסודר, און אז דו האסט היינט יא געדאווענט מנחה און מעריב. גוטע נאכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2005 06:17 |
|
| |
נפחא;
עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דער יצר הרע האט געזיגט, אבער די גמרא זאגט (ברכות ל"ד ע"ב) חציף עלי מאן דמגלי חטאיה, א מענטש זאל נישט דערציילן זיינע זינד, ווייל דאס ווייזט כאילו דער מענטש שעמט זיך נישט מיט די עבירה (הגם איך ווייס אז דו שעמסט זיך באמת יא, אבער תוס' שרייבט דארט אז "עס קוקט אויס" ווי ער שעמט זיך נישט).
איז אזוי, קודם כל, ברויכסטו איבערדאווענען נאך א שמונה עשרה ביי מעריב (הגם די גמרא זאגט אין ברכות דף כ"ו ע"א אז איבערדאווענען איז נאר שייך אויב מען האט פארגעסן, אבער אויב מען האט במזיד נישט געדאווענט, העלפט נישט דאס דאווענען נאך א שמונה עשרה, אבער עס שטייט אין שולחן ערוך או"ח סי' ק"ח סעיף ז' אז מען קען דאווענען א תפלת נדבה. איז אזוי: אויב דו דאווענסט עס נאך היינט נאכט ביי מעריב, ברויכסטו נישט מחדש זיין גארנישט, קענסט זאגען די נוסח שמונה עשרה און יוצא געווען, אבער אויב דו וועסט הערשט מארגן דאווענען דעם תפלת נדבה, ברויכסטו צולייגן עטליכע אייגענע ווערטער, צום ביישפיל ביי די ברכה פון שומע תפלה זאלסטו מתפלל זיין אז השי"ת זאל דיך ראטעווען פון דעם יצר הרע, אז דו זאלסט מער נישט נכשל ווערן אין פארפאסן א תפלה).
בכלל, איז תפלת מנחה אזא געהויבענע תפלה, די גמרא זאגט (ברכות ו' ע"ב) לעולם יהא אדם זהיר בתפלת המנחה, אפילו אליהו הנביא איז געענפערט געווארן פון הימל ביי די מעשה פון די נביאי הבעל אויך נאר בזכות תפלת מנחה ע"ש.
לאמיר האפן אז דאס זאל מער נישט פאסירן, און אונזערע תפילות זאלן אנגענומען ווערן לרחמים ולרצון.
(נעקסטע מאל דער יצר הרע קומט צו דיר, זאג אים אז מען מוז נישט גיין דוקא אין שוהל אריין, מען קען דאווענען אין שטוב אויך, אויב עס איז צו הייס אינדרויסן... מנין איז שוין א זייטיגע זאך, אבער מנחה איז זייער הארב!)
 |
|
|
|
|
|