hutkh די עצה וואס איך האב פריער געגעבן פאר קרעמער קענסטו אויך נוצן
נשלח ב-26/7/2005 21:41
שלום עליכם בן הרחמן
ראטעווע די מצב... איך זיץ שוין דא פיר שעה און קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג פון מיר...
איך הייב שוין אן צו טראכטן אויב איך זאל אוועקפארן אויף נאך א לענגערע וואקאציע...
הוטקע
נשלח ב-26/7/2005 21:37
איך ווייס פארוואס די גרינע לעמפל בלינקט נישט ביי דיר, אבער נושא חדש מיינט אז עס איז דא א נייע תגובה ביי דעם אשכול און נושא ישן מיינט אז עס איז נישט דא קיין נייע תגובה, אבער סיי ווי אזוי אויב דו וועסט דרוקן אויף דעם גרינעם לעמפל וועט דיך עס פירן צום לעצטן בלעטל פון דעם אשכול (אויב עס איז דא עטליכע בלעטער) אפילו אויב עס שטייט נושא ישן, נאר אויב דו זעסט נושא ישן האסט עס שוין מסתמא געליינט
נשלח ב-26/7/2005 17:04
גוט מארגן אלע;
"פרישע ווארע" איז די אידישע ווארט פאר "פרישע סחורה".
ביי מיר בליטשקעט יא די גרינע לעמפל ווען עס איז דא פרישע נייעס. איך ווייס נישט וואס עס קען זיין דער פראבלעם ביי דיר, "נישט צו פארנומען".
**
היינט - דינסטאג - האב איך אויפגעגעבן אלע זייטיגע ארבעט, און איך וועל בלי נדר זיצן דא אויפן פורום... TO MAKE UP פאר דעם וואס איך האב אייך איבערגעלאזט פאריגע וואך כצאן בלי רועה, ווי א דארף אן א הונט...
אויך ווען עס איז דא פרישע ווארע (איך נישט וואס עס מיינט מסתם אזוי ווי תגובה) בלינקט עס נישט
איך האב פארגעסן צו שרייבן אז ווען איך לייג מיין מייזל אויפן גרינע (טשערי) לייט שרייבט זיך אויף "נושא חדש" אדער "נושא ישן"
נשלח ב-26/7/2005 06:54
עס בלינקט נאר ווען עס איז דא פרישע ווארע, אפשר איז לעצטנס שטיל דא אין קרעמל און דערפאר בלינקט עס נישט. איך קען אייך גאראנטירן אז די קומענדיגע פאר טעג וועט דא זיין גרויס עקשען. על כל פנים איך פון מיין זייט וועל זיך צושטעלן הונדערט פראצענט.
נשלח ב-26/7/2005 00:10
לעצטענס בלינקט נישט די לעמפעל איז דאס נאר ביי מיר?