בית פורומים היימישע קרעטשמע

שפאנענדע מעשה אין פארזעצונגען......

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/7/2005 00:37 לינק ישיר 
שפאנענדע מעשה אין פארזעצונגען......

אז איר וועט קוקן וועט איר זען, אז אלע היינטיגע אידישע צייטונגען און זשורנאלן וועכנטליכע און מאנאטליכע פארמאגן א 'שפאנענדע מעשה אין פארזעצוגען', אין צוגאב וועט איר היינט טרעפן א ריזן צאל ביכלעך פון פיקטיווע געשעענישן אויף אלע שפראכן העברעאיש, אידיש, ענגליש א.א.וו., די 'מאסעס' האבן נישט קיין הענט און קיין פוס נישט געשטויגן נישט געפלויגן הייבט זיך נישט אן לאזט זיך נישט אויס, אבער דאס איז נישט דער עיקר פראבלעם, דער פראבלעם איז אז 'עס קוקט ניטאמאל אויס אמת!, דאס נישט געשטויגנקייט שפריצט אייך אין די אויגן ווי פון א פייער פאמפ, 'חיים איז געווען א בחור אביסל אפגעפארן' ליינט זיך די ערשטע קאפיטל, אבער האלאו! ווער איז געווען זיין טאטע? מאמע? זיידע? באבע? פעטער? מומע? געשוויסטער? ------------------------ נישטא קיין ענטפער!, מאנכע שרייבער פרובירן יא צו אדרעסירן דעם פראבלעם טא זיך צו פטר'ן הארגענען זיי אוועק יעדן, עס גייט אזוי: חיים איז געווען פערצן יאר.... בלא בלא בלא..... גע'חבר'ט שלעכטע חבירים... מוטי...... בלא בלא בלא...... זיין טאטע ר' יענקל איז געווען א פרומער איד....... בלא בלא בלא......... געזען זיין זון גליטשט........ קראנק געווארן........ 'פון גרויס צער איז ער געשטארבן', די מאמע שיינדל האט נישט אויסגעהאלטן וויאזוי דער זון קוקט אויס און אז דער טאטע איז נעבעך אזוי יונג אוועק 'זי איז אויך געשטארבן', די באבע נישט אויסגעהאלטן 'געשטארבן!, זיידע נישט אויסגעהאלטן 'געשטארבן! פעטער נישט אויסגעהאלטן 'געשטארבן! מומע נישט אויסגעהאלטן 'געשטארבן! ברודער נישט אויסגעהאלטן 'געשטארבן! שוועסטער נישט אויסגעהאלטן 'געשטארבן! און שוין....................

סא איך וויל אויך שרייבן א פארזעצונג, אבער איך גיי פאר מיך און פאר אייך גרינגער מאכן דאס לעבן, איך זאג אייך פון פאראויס: נישטא קיין אנהייב קיין סוף, וואס איז היינט געווען האט גארנישט מיט מארגן, וואס עס גייט זיין מארגן האט גארנישט מיט נעכטן, פערטיג. סתם א פארזעצונג פרעגט נישט קיין קשיות...... מסכים???.... יא מסכים.

------------------------------------------------
"די געמיינזאמע פארכאפונג"
שפאנענדע ערציילונג אין פארזעצונגען.

קאפיטל א'

טרררררר...... האט געקלינגען דער טרייבל ביי יוסי אין אפיס, יוסי האט נישט געהאלטן ביים אויפהייבן, ער האט געהאט א שווערע נאכט מיטן קליינעם שימע'לע וועלכער איז שטארק פארקילט, ער איז קוים געשלאפן, און דער טאג איז אויך נישט געווען קיין גרינגער, ס'איז שוין פיר אזייגער נאכמיטאג זאל יענער מארגן רופן.

אבער ווייזט אויס אז יענער האט נישט געהאלטן ביים אויפגעבן אזוי שנעל און דער טעלעפאן האט געקלינגען אן אויפהער צעשטורעמענדיג יוסי'ס אזוי אויך צעשפילטע נערוון, יוסי האט צוגעלייגט זיין האנט צום טעלעפאן, ער האט באשלאסן אויפצוהייבן און גוט אריינגעבן פאר יענעם פארן אזוי רודפ'ן.

האלאו! האט יוסי אריינגעשריגן שטרענגערהייט אין טעלעפאן, אבער זיין שטייפע שטימע איז גאר שנעל ווייך געווארן, יוסי האט זיך שטילערהייט איינגעהערט וואס יענער האט געהאט צו זאגן, זיין פנים איז געווארן בלייכער און בלייכער, עס האט אויסגעקוקט ווי ער פאלט אט חלשות....., ווען יענער האט געענדיגט רעדן האט יוסי בלויז געענטפערט 'גוט' און ארפגעלייגט דעם טרייבל, ער האט איבערגעלאזט דעם קאמפיוטער אנגעצינדן און ארויס פון אפיס, פארשלאסן די טיר, און אריבערשפאצירט די לאנגע האל-וועי ביז צום עלאוועיטאר.

א קליינע אויג האט ארויסגעקוקט פון א זייטיגן טיר, אין הארץ האט ער געשמייכלט מיט א רשעות'דיגן שמייכל נאכקוקנדיג זיין צעשראקענעם קרבן.....

(פארזעצונג קומט אי"ה)





תוקן על ידי - יענטאאש - 22/07/2005 2:44:31



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2005 22:08 לינק ישיר 

איך האב געטראפן א שטיקל פון יענטאאש'ס פארזעצונג, עס גייט בקרוב ארויסקומען די גאנצע מעשה.

דא האט איר די לינק

http://brightscreenproductions.com/client/trailer001.wmv



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/8/2005 23:02 לינק ישיר 

נאַ... שוין ווידער... שוין נאכאמאל....
- "וואס גייט שוין פאר?" - פרעגן אלע פארוואונדערט
- "ניין... ניין... גארנישט... גארנישט..."
- "נאָ עפעס דאך?" - פרעגן אלע צוריק
- "גארנישט קיין באזונדער'ס"
- "נא וואס דען?"
אלע מאל פאסירן די אלע שיינע פארזעצונג מעשה'ס מיט אזעלכע ווי געציל, גימפל, צדוק, זעמל, גרשון, קהת און מררי, אה יא שיר פארגעסן און פארשטייט זיך "זארעכ". פארוואס פאסירט דאס נישט אמאל אויך מיט יאנקלע'ן, אברהמען משה, דוד?

שוין אלעס איז מן השמים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2005 22:29 לינק ישיר 

'פארוואס חלומ'סטו אזוי' האט זי געפרעגט שוין צום וויפלטן מאל פון יוסי וועלכער איז געזעצן פארן טעללער טשאלענט פון ווי עס איז געגאנגען א רויך און אין וועלכן עס איז געלעגן שיין אויסגעלייגט כל ערליי קוגלען פון אלע סארטן און כל'מינים פליישן מיט אלע טעמים, 'וואס? עה גארנישט איך בין אביסל מיד' האט ער פרובירט איינצורעדן זיין פיפיגע פרוי וועלכע האט פונקטליך געוואוסט וואס עס גייט פאר אונטער די קוליסן זינט זי האלט שוין אן א לאנגע פארבינדונג מיט די מרס. פייגלבוים די שכינה מיט די גראבע פיס און לענגלעכיגע נאז פון די אנדערע זייט בלאק וואס אויך פארמאגט זי דעם פאסטן אלס פערזענליכע סעקרעטארין פון 'געציל מאיר דער נגיד' וועלכער איז א שותף מיט יוסי'ן אין פארשידענע געשעפטן.

יוסי האט צושטיילטעך געשלינגען א בונדל נאך א בונדל וועלכע זענען אבער אלע שטעקן געבליבן אינעם אויבערשטן טייל פונעם עסן רער פאראורזאכנדיג נאך א אנלייגעניש ביי יוסי'ן אין צוגאב צו די דאגות וואס ער האט שוין אזוי אויך געהאט.

'איך גיי מיך לייגן' האט ער אויסגערופן צו מלכה מירל נאכן עסן די קאמפאוט און בענטשן, 'רו זיך גוט אויס' האט זי אים געענטפערט נאכקוקנדיג אים און מאכנדיג זיכער אז ער גייט אריין אין בעט און פארמאכט די טיר אונטער זיך, יעצט האט זי אפאר איבעריגע שעה'ן פאר זיך וועט זי קענען ארלעדיגן וואס זי דארף......

*******

גדלי' מאיר האט נישט געקענט גלייבן וואס ער זעט, זיין לאנגע רויטע בארד איז אים שטייף געווארן פון אויפרעגעניש און זיינע געלע ציין האבן זיך ווילד פארקלאפט איינער אינעם צווייטן פאר אויפברויז, גדלי' מאיר איז געוען פון די 'ועד הצניעות', און לכאורה האט ער שוין געדארפט הערן זען און מיטהאלטן גענוג האר אויפשטעלנדע געשיכטעס פאקטן און פאסירונגען אז דאס וואס ער האט איצט געזען זאל אים נישט אזוי פארכאפן אין שוידער, אבער פארט איז דאס געווען דאס ערשטע מאל וואס ער האט געזען אזא זאך פאר זיינע אויגן בריש גלי אן קיין שום בושה, גדלי' מאיר האט באשלאסן אז ער מוז זיך אננעמען פארן באשעפער, ער האט אריינגעריקט דעם שיפט אין דרייוו און אראפדריקנדיג דעם פעדעל אזש שיעור ארפברעכנדיג איר איז ער מיט א ווילדע שנעלקייט ארויסגעפארן אינעם ריכטונג פון דעם קליינעם זילבערנעם טאיאטא קעמרי אין וועלכן ער האט הערשט ממש איצט געזען א פרעמדע פרוי זיך אריינזעצן מיט א פרעמדן מאן.

ווילאנג מען איז געפארן אויפן גרויסן ברייטן שאסיי מיט די הונדערטער קארס איז נישט געווען אזוי שווער פאר גדלי' מאיר'ן סיי זיך צו האלטן גענוג נאנט מיט דעם פארנדיגן שייגעץ אויטא און סיי איר נאכצופארן אויף אן אופן אז די פרעכע לייט פון דארט אינעווייניג זאלן אים נישט באמערקן, וויבאלד אבער מען איז ארויסגעפארן ביים עקזיט און מען האט אנגעהויבן זיך צו דרייען אין די קליינע שמאלע געסלאך איז גדלי' מאיר'ן געווארן די לשם שמים'דיגע אקציע אסאך שווערער און פיל מער ריזיקאליש, ער האט זיך אבער נישט געשראקן און מיט א פייערדיגע עקשנות איז ער דעם געמיינעם אויטא ווייטער נאכגעפארן מיט אן אויף ווי ווייט מעגליך'דיגע פארזיכטיגקייט.

דער קאפ און קערפער האט אים אויף פריש אויפגעפלאקערט ווען ער האט געזען ווי דער אויטא בלינקט מיט די בלינקערס אויף אריינצופארן אינעם פאקינג לאט פונעם 'שעריטאן האטעל', ער האט נישט געגלייבט וואס ער זעט, אבער ער האט ווייטער אנגעהאלטן קאנטראלירנדיג זיין מוח זי זאל נישט אוועקוואנדערן אין אנדערע ערטער נאר זיך קאנצענטרירן אויף די אקציע און וואס זי איז איצט אקטיוו.

דער געמיינער אויטא האט זיך אפגעשטעלט און אזוי אויך גדלי' מאיר'ס, אבער ווי געשאקט איז ער געווארן ווען ער האט גאר געזען צווי גוי'אישע יונגע מענער ארויסקומען פון די טירן ......., גדלי' מאיר איז געווען פארלוירן און פארשעמט פון זיך אליין, אזא דורכפאל....., אבער ער האט נאכנישט פונקטליך פארשטאנען וואס דא גייט פאר, ער האט דאך פארט געזען ווי די צוויי אידישע שקצים גייען אריין אין דעם אויטא...., איצט האט ער צוויי פראבלעמען, איינס אז ער איז דא סתם פארפארן א אנדערהאלב שעה'דיגן וועג פאר גארנישט, און צווייטנס, ווי זענען איצט די צוויי אויסווארפן, גדלי' מאיר איז געווען באמת פארצווייפלט און צעמישט....

דער מאן אינעם גרינעם לע סעברע מיט די טינקעלע ווינדאו איז אבער גארנישט געווען צומישט, ער האט פונקטליך פארשטאנען אלצדינג, און בעת ער האט אריינגערעדט מיט אונפארשטענדליכע ווערטער אין זיין שמאלן אפאראט האט ער זיך אריינגעדרייט אינעם אינטערשטן פארקינג לאט ווועלכע געפינט זיך אין די בעק פונעם בילדינג, און זיך אפגעשטעלט אונטערן פענסטער פון רום 108.......

(פארזעצונג קומט אי"ה)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/8/2005 00:03 לינק ישיר 


נו ווען פלאנסטו אריבערצוקומען?

- נישט פאר א שעה.

- האב איך מורא ס'וועט שוין זיין צו שפעט. אפשר קען מען עס יעצט ארלעדיגן?

- גוט, איך גיי יעצט אריבער, ביז א פינף מינוט קען איך דארט זיין, אן א טראפיק.

דער הויכער קלינג פון דעם טויטן טרייבל האט אים דערמאנט ער זאל צוריק אויפהענגען דעם טעלעפאן. ער איז נאך אלץ געווען אין שאק ווי גוט ס'יז אים געלונגען אריינצונארן זיין "חבר" אלעקס ער זאל שוין אריבערקומען צו אים. אזוי איז ער געווען זיכער אז זיין פלאן וועט אויסגעפירט ווערן ווי אמבעסטן.

אלעקס האט שנעל דורכגעטראכט וועלכע גאס איז די בעסטע יעצט צו נעמען ער זאל אנקומען די שנעלסטע אין די יעצטיגע נאכמיטאג ראש-האוער שטונדן, זיין ערשטע געדאנק איז אים געקומען צו נעמען פינפטע עוו. ביז די 87 סטע גאס און דארט זאל ער מאכן א שארפן לינקס ביז די מעדיסאן עוו. און נאכדעם א לינקס אריין אין 88 סט. ער האט פארזיכטיג ארויסגעקוקט פון זיין פענסטער אין זיין אפיס זיכער צו מאכן אז אלעס איז גלאטיג, זיין בליק איז געפאלן אויף א פענסטער פון די געביידע אנטקעגן איבער, ווי נאר ער האט ארויסגעקוקט האבן זיך צוויי שאטן אנגעזען ווי זיי רוקן זיך אוועק פונעם פענסטער.... ער האט אוועקגעמאכט דעם געדאנק, נעה.. בלויז דמיונות... זיי האבן נאכנישט געהאט קיין געלעגנהייט געוואור צו ווערן דערפון...

אינסטינקטיוו האט ער באטאפט זיין לינקע זייט פאסיק... ער האט אנגעהויבן אראפצוגיין די איינע שטאק אראפ מיט די שטיגן. ווי פארגליווערט איז ער געווארן זעענדיג ווי צוויי פארשוינען קומען ארויס אין די זעלבע סעקונדע פון די געביידע און אן שענקען א בליק צו זיין ריכטונג האבן זיך ביידער אריינגעזעצט אין א טונקעלען אימפאלא, מיט א קוויטש פון די רעדער האט זיך דער קאר ארויסגעגליטש און געפארן מיט א אימפעט ביז די 87 סטע גאס..

ער האט אויסגעווארט ביז ער האט זיי געקענט זען דערנאך האט ער זיך שנעל אריינגעזעצט אין זיין רויטן ביואיק, און אנשטאט איז ער געפארן ביז די 85 סטע גאס און דארט געמאכט א לינקס. ער האט אפגעאטעמט ווען ער האט געזען בליטשעדיגע לעמפלעך פון א פאליציי קאר וואס האט זיך געשטעלט אונטערן אימפאלא, פארן דורכפארן א רויטע טראפיק ליכט. דאס האט געמיינט נאך אפאר מינוט פאר זיין זייט. ... ער האט אבער נישט באמערקט ווי די צוויי חברה פון די אימפאלא האבן זיך אין א אויגנבליק געטוישט קארס מיט די צוויי פאליסלייט...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2005 20:58 לינק ישיר 

......וויאיעאו!!!!!!!!!!!!!!........ לעאו!!!!..... לעאו!!!!..... לעאו!!!!..... לעאו!!!!..... לעאו!!!!..... לו!!! לע!!!! לו!!! לע!!!! לו!!! לע!!!! לו!!! לע!!!! לו!!! לע!!!!......... וויאיעאו!!!!!!!!!!!!!!........ לעאו!!!!..... לעאו!!!!..... לעאו!!!!..... לעאו!!!!..... לעאו!!!!.....

הילכיגע סירענעס האבן געקוויטשעט אויפן העכסטן קול אויף די גאסן פון מאנסי, צענדליגער יונגלעך האבן זיך אנגעשלאסן אין א געמיינזאמען נאכגעלויף צו דערכאפן די פליענדע פאליסלייט וועלכע האבן זיך אלע געיאוועט אין זייערע בלויע קארס מיט די לענגלעכדיגע בליטש-לעמפלעך, די פאליסלייט האבן זיך אלע אפגעשטעלט פארנט פונעם בנין פון די 'ישיבה חצר ענים', מיט אויסגעשטרעקטע געווער זענען זיי אריינגעלאפן אין די געביידע פאר די אויגן פון צענדליגער שכינות'דיגע פרויען וועלכע האבן זיך אינאיינעם דארט פארזאמלט צוזאמען זיך צו פארקלאפן די הענט און נאכער עס ארויפלייגן לעבן מויל מיט א טישו צווישן די פינגער אויסשרייענדיג פארצווייפלטע 'נעבעך' רופן און יאמערליכע 'יוי' געשרייען.

אין די געביידע זענען די פאליציי אריין אין א כיתה ווי זיי האבן מיט א שנעלקייט אויפגעהאקט דעם וואנט מיט זייערע כלי מכשירים און מיט א בהלה אריינגעשפרינגען אינעם באהאלטענעם קעללער שרייענדיג מיט באסאווע שטימעס 'הענדס אפ!' 'הענדס אפ!' 'הענדס אפ!'.......

פון א דענעבנדיגן געסל האט זיך א רויטער מאליבו אנגעפאקט מיט זיבן צוזאמענגעדריקטע נפשות ארויסגעשלייכט פון פארקינג לאט און געצילט אירע רעדער מיט א שנעלקייט גלייך צום 'רוט סעווענטין'......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 20:37 לינק ישיר 

Reb Hutkh,

Believe me, it's not something that comes natural to me, I have to work hard especially when writing Yiddish. But the atmosphere in the forum is very conducive and teaches the involved reader a lot about writers and writing in general.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 05:42 לינק ישיר 

יונגאטש! איך האב גארנישט געוואוסט אז דו טויגסט אויך צו פארזעצונגען.

(שטילערהייט - קיינער זאל זיך נישט צוהערן דא - מיר קענען ארויסגעבן א ביכל מיט א ווייכע דעקל... קינד און קייט וועלן דאס קויפן, עס וועט זיין אזא "היט" און ראן אז עס וועט האבן אן אפקלאנג אין די גאנצע וועלט, און יעדער וועט נאר וועלן וויסן "וואו האבן זיך די אלע שרייבער געטראפן די ערשטע מאל"?

אבער ווילאנג די דעטאלן פונעם פלאן זענען נאכנישט אויסגעארבעט, ווי למשל: וויאזוי זאל דער ביכל הייסן? ווער זאל מאכן די געלט דערפון, די קהילה אדער די שרייבער? וועלן מיר ווייטער אנגיין מיטן שרייבן).

קיעפ איט אפ!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 02:10 לינק ישיר 

די מעשה דערמאנט מיר אין ר׳ יו״ט ערליך׳ס ניגון

"א געפאנצערטע קאר פארט אין די גאסן געשװינד"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 02:06 לינק ישיר 

באב האט שױן געארבעט גענוג לאנג אין די אױסער-מיניסטעריום צו װיסן אז װען דער טעלעפאן קלינגט צװייע פארטאגס איז עס אײנס, נישט קײן ראנג נומבער און צװײ, ס׳איז נישט א קאלל װאס מען װיל באקומען.

העלא פראבירט ער צו זאגן מיט א פראפעשינאל שטימע
מר. אונטער סעקרעטערי, הערענדיג װעמענס שטימע דאס איז האט ער באלד געװוסט אז פון שלאפן די נאכט קען ער שױן פארגעסן.
יא ענפערט ער רייבענדיג די אױגן.
באב, די פעקעדש איז אנגעקומן, װען קענסטו זײן דא?
20 מינוט סער.
מעיק איט טען הערט ער פונעם טרײבל,, דערנאך קליק!!

באב האט שיער נישט געקרעשט נישט װארטענדיג אױף זײן גאראדש טיר זאל זיך אינגאנצן עפענען מיט א קװיטשע פון די רעדער האט ער געמאכט דעם דרײ ארױף אופן הױפט שאסײ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 01:15 לינק ישיר 

האלאו!!!!!............... האלאו!!!!!............... האלאו!!!!!...............

האט זי אריינגעשריגן אין טרייבל מיט איר גאנצער כח....... ווי ביזטו איך הער דיך נישט!!!!!............ וואס???!!!!!!!!!!?.............. ווי?????................ וואס הייסט???!!!!!!!!!!!!!.......... פארוואס?????!!!!!!!!!!............ פארוואס האסטו עס געטון?????????!!!!!!!.............

אזוי האט זי געשריגן דארט ביים פאבליק פאון אויף ליע. עוו. קארנער וויליאמסבורג סט. מיט ציטערדיגע איברים און נאסע באקן פון די גאנצעטע ימ'ען טרערן וועלכע האבן זיך געגאסן אן אויפהער פון אירע פארוויינטע טונקל ברוינע אויגן....

א בלויער ביואיק האט געמאכט א פלוצליגן קורץ אפשטעל מיט א קוויטש וואס האט פאראורזאכט מאסן געוויינערייען אין פילע הייזער פון די קליינע בייביס וועלכע האבן פון דעם הילכיגן קול זיך אויפגעוועקט מיט שרעק ארויסקריכנדיג פון אונטער זייערע בלענקעטס מיט טומל'נדע געשרייערייען אויפוועקנדיג די אויסגעמיטשעטע מאמעס פון זייער וואויל פארדינטן שלאף.......

'ביזטו א גאלדשפרינג מיידל??!!!!' האט דער איד מיט די ווייס-גרויע בארד געפרעגט מיט א וויכטיגן קול ארויסשטעקנדיג זיין קאפ פונעם האלב אפענעם קאר פענסטער, 'יא?!! נו קום שוין אריין!!!!', נאך איידער ווי וואס ווען איז זי שוין געווען אינעם אויטא צוזאמען מיט די מאמע און געשוויסטער און אינאיינעם איז מען מיט א שנעלקייט אריינגעפארן אינעם בי. קיו. אי..........

די פאליציי קאר ביים עק גאס האט זיך א שנעלן ריר געטאן און מיט קוויטשענדע סירענעס ארויסגעפלויגן אינעם זעלבן ריכטונג.......


תוקן על ידי - יענטאאש - 05/08/2005 1:16:10



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 00:40 לינק ישיר 

לאז אונז נישט ווארטן נאך א וואך פאר די המשך פון די פארזעצונג, עס איז פיקוח נפש ממש, איך האב זיך שוין אויסגעדרייט צען מאל אין די לעצטע מינוט זיכער צו מאכען אז דו רעדסט נישט פון מיר.

אגב: היינט וועט נישט זיין קיין אפדעיט פון קרעמער נייעס אגענטור (אויך באקאנט אלס ק.נ.א.) צוליב פריוואטע זיכערהייט סיבות. (נעם שוין אוועק די ביקס).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/8/2005 00:34 לינק ישיר 

'געדענק גוט וואס איך זאג דיר, ס'זאל דיר זיין קלאר! איך נעם נישט קיין אחריות אויף קיין איבעריגע צען סקונדעס!, דער מענטש קעגן וועם די גייסט יעצט אויספירן די מיסיע איז גאר כיטרע און געפארפול, איין איבעריגע מינוט! און די ביזט פערטיג! יא פערטיג!'

די שארפע ווערטער האבן גוט געקלונגען ביי גרשון ברוך אין אויער בעת ער איז געזיצן אין זיין קאר אין פארקינג לאט אונטער די ריזיגע וואלקנקראצער געביידע אינמיטן די רוישיגע מאנהעטן, דער פארקינג לאט האט אויסגעזען גאנץ שטיל און רואיג, גרשון ברוך האט געקוקט אויף זיין זייגער, עס איז געווען 4:17 מיט דריי און פערציג סעקונדען....

*****

ער איז ארויסגעקומען פון די טרעפ, ארומגעקוקט זיך אויף ביידע זייטן פונעם האלוועי, מיט שנעלע טריט איז ער צוגעלאפן צו אפיס נומער 440 , א שילד העכערן טיר האט זיך געליינט מיט גילדערנע אותיות אריינגעקריצט אין א האלצערנעם שילד 'יוסי פייערוואסער- פרעזידענט'......

ער האט געעפנט די טיר, און אן זיך צו פארזוימען א מינוט איז ער צוגעלאפן צום קאמפיוטער..... יא....עס איז געווען אנגעצינדן..... ער האט שנעל געגעבן א שאקל מיטן מייזל אז דער נערווירנדער סקרין סעיווער זאל איינריען, ער האט א קוק געטאן אויפן דעסקטאפ....... זיינע הענט האבן אים אטאמאטיש געפירט צום אינטערנעט עקספלארער.....

'געדענק גוט וואס איך זאג דיר, ס'זאל דיר זיין קלאר! איך נעם נישט קיין אחריות אויף קיין איבעריגע צען סקונדעס!, דער מענטש קעגן וועם די גייסט יעצט אויספירן די מיסיע איז גאר כיטרע און געפארפול, איין איבעריגע מינוט! און די ביזט פערטיג! יא פערטיג!'........ די שטימע האט ווידעראמאל אפגעקלונגען אין זיין מח מיט שארפע דראענדע קלאנגען.... פארזוים זיך נישט האט אים זיין הארץ געבעטן.... ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן..... נאר איין מינוט האט ער געטראכט צו זיך בעת ער האט מיט זיין האנט געריקט דעם מייזל און געדריקט דעם לינק פון 'היימישע שטותים'....... אה...ער האט זיך מחיה געווען און פארגעסן פון אלע צרות, מיסיעס, און שרעק......., הוטקע זאגט, קרעמער פארציילט, יענטאאש קאמענטירט, און נעימלעסס רעאגירט.... און ער קייכעט זיך פאר געלעכטער שאקלנדיג זיין בויך צו אלע זייטן.........

ווען פלוצלינג האט ער געפילט א קאלטקייט אויף זיין האלז....... עס איז געווען א ביקס.......






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2005 02:41 לינק ישיר 

אין אזױ
מיט א שמײס אױפן פערד איז ער אװעקגעפארן איבערלאזנדיג דעם קלײנעם הײזקעלע אין א װאלקן פון שטױב.

(פארזעצונג קומט אי"ה)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2005 13:25 לינק ישיר 

יענטאאש. די מעשה ווערט שוין צו שרעקעדיג... מיינע שוואכע נערוון באסטן שוין... איך האלט אז דו מוזט ווארענען די ליינער אז מען מוז האבן א שטארקע כאראקטער מיטצוהאלטן די שוידערליכע גרויזאמע מעשה...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2005 03:32 לינק ישיר 

ער איז געשטאנען דארט ווי פארגליווערט נישט קענעדיג ארויסרעדן א ווארט, זיינע גלידער האבן געציטערט פאר פחד איינס ביי איינס, מיט א שנעלקייט האבן זיך זיינע רעכטע און לינקע קניען צוזאמגעקלאפט ווי צו דערמאנען איינער דעם צווייטן אין וואספארא סיטואציע מען געפינט זיך, אויך דער הארץ האט מיט א דראמאטישע שנעלקייט געטון קלאפן שאפנדיג א אנגעצויגענע סיטואציע אזויווי די מוזיק אין א פילם ווען די ביקסן זענען אויסגעשטרעקט איינער קעגן צווייטן...., ער הא זיך א טאפ געטאן ביים קאפ, עפעס איז אים נישט געווען אזוי ווי געווענטליך, אה.... ער האט זיך איצט געכאפט אז ער האט אן אן אמעריקאנעם 'קעפ', נישט ווי געווענליך ווען ער כאפט זיך אן ביים קאפ ווען ער שפירט די דיקע שטויב פון זיין ברייטן צעקנייטשטן ברוין קאלירטער ביבער היט, אה.... יא.... אויך זיין קערפער איז נישט ארומגעוויקלט מיט זיין באליבטן ירושלימ'ער קאפטן מיט די גאלדענע און טינקל ווייסע ליניעס אויף אראפציוועגס, חיים זלמן האט געמוזט מודה זיין אז ער איז נישט אזוי קוראזשפול, ניין.... עס איז נישט די זעלבע זאך...., ווי נישט ווי איז אנדערש די קוראזש וואס מען דארף האבן פאר אזא מיסיע ווי די פעסטקייט וואס מען ברויך האבן זיך צו שלאגן מיט די משטרה איבער חיטוטי שכבה......

*****

קראך!.... קראך!.... קראך!...... האט זיך געהערט דער קול פון שיסערייען.......

שושנה האט זיך אויפגעוועקט מיט א טויטליכן שרעק...... זי האט נישט געוואוסט וואס צו טוען און צו טראכטן..... מושי, יענקי, מירל, ווי זענען זיי???....... וואס גייט דא פאר???.... איין מינוט.... און ווי איז חיים זלמן??????...... באשעפער זיסע ווי איז ער??????.......

א פעסטער האנט האט איר אנגעכאפט ביים גענאק דריקנדיג מיט א שטארקייט אירע האלז ביינער בעת ער האט מיט די אנדערע האנט פארשטאפט איר פיסק......

'וואס ווילט איר פון מיר' האט שושנה געשטאמלט פון אונטערן זיין מויל צושטאפליכער האנט ווען טרערן רינען פון אירע אויגן מאכנדיג נאס זיין לינקע האנט.

אה...... מאדאם צווייגבוים -אדער דזשעסיקא וועלכע ס'געפעלט אייך בעסער- איר זענט מיר געווארן א רחמנות הא?!!!!.....

זייט וויסן אז מיר ווייסן גאנץ גוט ווער איר זענט, איר ברויכט מיר נאר ענטפערן איין פראגע, און אז איר ענטפערט נישט וועט איר ברויכן מיטקומען מיט מיר....

'זאגט מיר ווי איז מייקעל'??????.......

(פארזעצונג קומט אי"ה)





תוקן על ידי - יענטאאש - 28/07/2005 3:33:10



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > שפאנענדע מעשה אין פארזעצונגען......
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext