גוטע וואך און א גרינגע תענית אייך אלע.
איך וואלט געזיצן אויפן אינטערנעט כדי לייכטער צו מאכן דעם תענית, אבער איך האב געזען אין א ספר וואס הייסט שער המלך אז מען טאר אפילו נישט רייכערן אין א תענית ווייל עס הייסט א תענוג, האב איך געמאכט א קל וחומר אז אויף די אינטערנעט טאר מען זיכער נישט זיין.
אבער איינער וואס ווייסט אז אויב ער וועט נישט זיצן אויף די היימישע פלעצער, וועט ער זיך דרייען אויף ערגערע ערטער, איז מער ווי מחויב זיך צו דרייען ביי אונז אין היימישן שוהל.
א גרינגען תענית, און שרייבט אריין וויאזוי איר מאכט אייך גרינגער דעם תענית.
נשלח ב-26/7/2005 08:28
רעב הוטקע
דארט איז נישט געשטאנען עפעס אויסטערליש נאר דעם ווארט וואס א שטערנדל איז געווען ארויס געשריבן און איך האב מורא אז ווען דו וועסט צוריקקומען פון דיין וואקאציע וועסטו זיך אפשר אויפרעגן און זאגן אז איך טויג גארנישט איך בין סתם א פארשלאפענער אינג האב איך עס געמוזט מתקן זיין.
גראדע האב איך זיך היינט אפגעשמועסט מיטן ערל אז ער וועט מיר לאזן זיך באהאלטן אין א זייטיג צימערל און איך האב זיך צוגעקוקט צו דיין גאנצע עבודה...
וואס טוט זיך עפעס מנהל משנה? יישר כח פארן אנפירן דעם פורום ווילאנג איך בין נישט דאהי געווען (איך האב באמערקט אז דו האסט ערגעץ מתקן געווען עפעס... וואס איז דארט געשטאנען???).
נשלח ב-26/7/2005 08:06
וואס פארציילסטו פאר יעדן איינעם איך האב געוואלט בלייבן א נסתר, עניוועי קען מען נישט גלייבן וואס דער גוי זאגט
נשלח ב-26/7/2005 06:49
בן הרחמן, וועמען ווילסטו איינרעדן אז דו ביסט אויפגעשטאנען אום דריי אזייגער פארטאגס איינפאסטן. בעת ווען דער גוי וואס רייניגט דא אויף יעדן אויפדערנאכט דערציילט מיר אייביג אז דו שארסט זיך אריין דא יעדע נאכט זאגן תיקון חצות און דו פארבלייבסט לערנען מיט איין אטעם ביז תפילת שחרית. אויף ווידערזעהן.
נשלח ב-26/7/2005 05:02
א גוטען מר. קרעמער!
איך האב דיר נאר געוואלט זאגן אז דעס וואס די שער המלך שרייבט אז מ'טאר נישט רייכערן קען זיין, וועגן ער רופט עס אזוי ווי א תענוג פון עסן, אבער זיצן אויף די אינטערנעט, מאן דכר שמי'??.
עכ"פ אזוי פארשטיי איך מיט מיין 'נפחא' קאפ, איך האב נישט קיין שער המלך נאכצוקוקען אינעוויינג (מ'קען עס נאך בכלל באקומען?)אבער איך בין גרייט צו גיין פרעגן אונזער רבי... וואס ער האלט, וואס זאגסטו צודעם???
נשלח ב-25/7/2005 17:59
איך וויל מיך באדאנקען פאר די ראשי הקהלה פארן צושטעלן די פיינע מזונות און בראנפן אויסצופאסטן
נשלח ב-24/7/2005 09:56
איך בין יעצט אויפגעשטאנען עסן עפעס און טרינקען א קאווע איינצופאסטן ווי מען רופט דאס, איך ווייס נישט אויב עס העלפט טאקע גרינגער צו מאכן דעם תענית אבער אזוי האט מען זיך געפירט ביי אונז אין ישיבה און איך בין געבליבן ביי דעם מנהג עד היום, איין פשוטע חשבון וואס איך האב איז אז איך עס מיך גוט אהן ביז נאנט צום עלות און נאכן עלות ליינט מען קר"ש און דערנאך כאפט מען א גוטן שלאף ביז נאנט צו חצות ווען מען שארט זיך אריין אין שוהל'כעל און נאכן דאווענען עודך נאכאמאהל א גוטן שלאף אזוי איז מער ווייניגער אדורך דער טאג, אבער יעצט ווייס איך שוין נישט וויבאלד איך בין א מעמבער אין אונזער קהילה היימישע שטותים אפשר וועל איך מוזן ארייבליקן אין שוהל זעהן וואס טוהט זיך דארט.