בית פורומים היימישע קרעטשמע

אידעלעך נאר לאכען מיז מען........

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/7/2005 01:55 לינק ישיר 
אידעלעך נאר לאכען מיז מען........

קודם מיז איך מיך פארשטעלען פאר די היימישע עולם איך בין דער באוויסטער יאמאמיי זינגער ביי אלע חתונות איך זינג ווי מריפט מיך, ביי יעדע שמחה וואס מוויל הערען א געשמאקע יאמאמיי שטיקעלע בין איך עוועלעבעל . קיינמאל הייבט זיך נישט דע עולם ווי ווען איך זינג א יאמאמיי ווי יעדער קען עדות זאגען איז עס סאמטינג ספעשעל עס לוינט זיך צו פארען פון גאר ווייט מיך צו קומען הערען און טאקע ווען איינער וויל אז ביי זיין חתונה אדער קינדס חתונה זאל מען קומען און מען זאל טאנצען צו דע זאך אז מען זאל שמיסען איבעראל אז .......ס חתונה איז געווען א קנאקעדיגע זאך און סאיז געווען א HIT יעדער האט געהאפקעט....רופט מען מיך אריבער..
איך מיין אז שוין גענוג און יעדער ווייסט שוין ווער איך בין יעצט וועל איך שרייבען ווי שטארק מיך געפעלט דע פורום און זאל יעדער קראכען......

איך ליין זייער ווייניג וואס יעדער שרייבט דא און וואס יעדער גרעבעכצט ארויס ווייל סאיז דא אזויפיל פורוםס דא אז ווי האט מען אזויפיל צייט ? איך האב שוין ערגעץ אנדערש געשריבען אז אדער שרייבט מען אדער ליינט מען ביידע איז כמעט נישט מעגלעך....
אבער דע פורום האט עפעס א ספעשעל חן ווייל דא ..לאכט מען... דא געט מען זיך ארויס אלע HUMOR וואס זייער אסאך מענטשען האבען דא קען מען קימען ווען מאיז אנגעזעצט און מוויל זיך אביסעלע אפריען און געבען א גיטע שמייכעלע.....
אקעי איך מיז שוין לויפען מיין ווייב שרייט שוין אז די עסען ווערט קאלט (ווער סווייסט נישט איך האב ליב עסען אז פונעם טאפ מיז איך עס גלייך אראפשלינגען ווייל קאלטע עסען איז מיר גארנישט ווערט.....)



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/7/2005 07:44 לינק ישיר 

אומגע'שמאק'ער (דאס איז נישט אייגנס, דאס האט מיר איינער פון די חשוב'ע שרייבער אויפן פורום אריינגעגעבן אין מויל);

א גוטע וואך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2005 01:18 לינק ישיר 

הוטקה , וואס זאגסטו צו יענטאאש?

איך מיין ער איז א גוטע ראש הקהל, ער טוט זיין פליכט ווי עס געברויך צו זיין , מיט א שלימות...

דו שרייבסט, ער האט געזאגט ווייניג, ביטע זיי משלים די איבריגע.



ער האט זיך געמאכט פאר א מנהג איבעראל לויפט ער אונטער מיר, ווי נאר איך בין מגיב איז ער אויך עפעס מגיב נאך מיר.

איך בין סתם נייגעריג וואס ער גייט יעצט האבן צו זאגן...דו אויך?



תוקן על ידי - gishmoker - 30/07/2005 1:24:22



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2005 21:00 לינק ישיר 

יענטאאש;

גוט געזאגט אבער ווייניג לעבן זאלסטו.

אוי, איך האב פארגעסן אריינצולייגן א פינטעל [קאמע], וועסט נאך מיינען איך האב דיר דא באשאלטן ח"ו.

לאמיר עס איבערשרייבן:

גוט געזאגט אבער ווייניג, לעבן זאלסטו!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2005 20:34 לינק ישיר 

געשמאק אהער געשמאק אהין! איך בעט דיך בכל לשון של בקשה, דו זאלסט זיך אבאכט געבן פון דיין פון הימל געשאנקענע געשמאקקייט, דא איז נישט דער פלאץ פאר דו זאכן, דא לאכט מען נאר אן דעם וואס איינער זאל ווערן דערפון פארשעמט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2005 08:50 לינק ישיר 



גם זו

נעם עס נישט אזוי ערנסט

דעס אלעס איז א חלק פון מיין הימל געשאנקענע "געשמאקייט"




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2005 08:28 לינק ישיר 

עד אחד נאמן באיסורים ועאכו"כ ווען עס איז נאך דא אויך א הודעת בעל דין וואס דאס איז כמאה עדים דמי.

איז ווער בין איך זאל זאגן אנדערשט...?!?...

גישמאקער, דארפסט מער אכטונג געבן וואס דו שרייבסט.
ווייל איך מיין אז דער עולם דא גלייך נישט קיין "שטינקערס" מיט "ראצערס"........




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2005 04:44 לינק ישיר 


אוי! כ'אב אפילו נישט געהערט ווי איינער שרייעט אויף מיר, איימסארי פאר דעט. שריי נאכאמאל


יאמאמיי, איך בעט דיר א ביסעלע מחילה פארן דיך צעפען, איך האף האסט דעך ווייניג צוקראצט פון דעם, איך האב מיר איינגעהאנדלט לעצטענס א גוטן רוקן קראצן, אההם.. מ'קען עס נוצן נישט נאר אויף די רוקן. איך קען דיר עס בארגן אויף ס'פעלט זאך הויס.

האט אט דאס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2005 00:23 לינק ישיר 

און העי! געשמאקער!, ווען די לויפסט פון דא מאך זיכער אז עס פאלט גארנישט אראפ פון דיר אקעי!, איך וויל נישט גארנישט פון די מחלוקת אנגעשטעקטע באקטעריע זאל דא פארבלייבן!

(סארי אז מיר שרייען אזוי אויף דיר, אבער זאלסטו וויסן אז דאס איז אומטאלערירבאר דא. פינטל.)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2005 22:29 לינק ישיר 


א מין בעל גאוה וואס איך בין...!!

פוי!! ............ א שטינקער א ראצער....!!

איך שעם מיך מיט מיין פריערדיגע תגובה...

ווועעעעעעעעעע.....כככככככעעע.....עע.... פוי...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2005 19:48 לינק ישיר 


הוטקה

דו ביסט טאקע רב דא, און דערפאר על'יך רעדן צו דיר מיט מער דרך ארץ... אבער ....!!...

אויב דו האסט נאכנישט געוואוסט ביז יעצט זאלסטו וויסן אויף ווייטער !!... אז.....

און אויב דו האסט יא געוואוסט ביז יעצט דאן חזר דיר עס גוט איין!!..... אז....

און אויב דו האסט פארגעסן דערפון דאן דערמאן דיך שנעל צוריק !!..... אז.....





באמת האב איך גארנישט וואס צו שרייבן, איך שפיר נאר פאר מיין פליכט זיך נישט לאזן צוטרעטן מיט די פיס....







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2005 13:37 לינק ישיר 

געשמאקער;

אויב ווילסטו דא אריבערברענגן די פליקערייען און שטעכערייען און רעדער שניידערייען פון חדשות אנ"ש -

עצה טובה קא משמע לן:

הייב דיך אויף, פאק דיר צוזאם די פעקלעך, און לויף שנעל צוריק פון וואנעט דו ביסט געקומען...

**

איי האופ יו געט די פוינט!

דער פורום דא איז מיוסד פאר רואיגע שמועסן, וואו אין די בעקגראונד הערט זיך קלאסישע מוזיק, אדער די טיעם סאנג פון די גאדפאדער מואווי...

נישטא קיין ארט פאר קריגערייען! גאט איט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2005 09:09 לינק ישיר 


יאמאמיי

אויב שרייבט מען דא נאר מיט HUMOR דאן פארוואס שרייבסטו דא??!!


עה! נאר א וויץ...




נו?! איך טויג יא ?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2005 06:52 לינק ישיר 

לאמיר אלע אינאיינעם זינגען לכבוד אונזער חשוב'ע גאסט, יאמאמיי, יאמאמיי, יאמאמיימיימיימיימיימיי.
לאמיר דיר נאר עפעס פרעגן, פארוואס ברענגסטו נישט מיט דיינע חברים און גוטע פריינד פון די אנדערע פארום'ס וואו דו שרייבסט? פארוואס באשרייבסטו די מעלות פון אונזער פארום דא וואו יעדער באזוכער ווייסט עס אליין. לאמיר זעהן אז דו זאלסט דארט אויף חדשות אנ"ש און אנדערע זייטלעך באשרייבן די געשמאקקייט פון היימישע שטותים, הא?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > אידעלעך נאר לאכען מיז מען........
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext