א באריכט פון מיין וואקאציע בתוך וואקאציע
גירסא דינקותא = דאס לערנען פון די אינגע יארן ליגט דאך אזוי טיף איינגעבאקן אין די ביינער.
ווען מען לערנט מיט א קינד – לערנען אונז די הייליגע חז"ל אין פרקי אבות – איז ווי גלייך מען שרייבט אויף א ציכטיג ריין פאפיר. ווידער דאס וואס מען לערנט מיט אן אלטן איד, איז אין בעסטן פאל ווי דאס שריפט וואס מען שרייבט אויף אן אלט אויסגעמעקט פאפיר, וואס הגם מען קען דערקענען די פרישע טינט, אבער מען קען זיך זייער לייכט צומישן אדאנק די אויסגעמעקטע ווערטער וואס זענען געווען אויפגעשריבן אויפן פאפיר אינעם פארגאנגענהייט.
מען דארף נישט זיין קיין גרויסער מבין איינצוזעהן דעם צווישנשייד צווישן דאס לערנען פון א קינד, וואס ווערט איינגעקריצט אין זיין מח'ל ווען עס איז נאך גענצליך ריין, ווען עס איז נאך קלאר פון דאגות און טירדות, און איז גרייט מקבל צו זיין יעדע טראפ תורה, און דאס איינקריצן אין זיך אויף שטענדיג. גאר אנדערש איז אבער ווען אן ערוואקסענער ציפט אראפ פון זיין צייט און זעצט זיך לערנען. צוערשט ברויך ער זיך מוטשען אוועקצוטרייבן די צענדליגער אנדערע מחשבות וואס פלאגן אים און דראען אוועקצונעמען זיין קאנצעטראציע פונעם לערנען.
דער ערוואקסענער, אפילו אויב ער לערנט שוין יא אפ א בלאט גמרא, ער האט שוין יא געלערנט צוויי שעה רציפות, פארבלייבט עס אבער נישט אזוי שטארק איינגעקריצט אין זיין מח, און מיט א קליינע היסח הדעת, א קורצע הפסקה וועט דאס ארויספליען פונקט אזוי שנעל ווי דאס איז אריינגעגאנגען. בדוק ומנוסה.
**
כלפי מה הדברים אמורים? וואס האב איך זיך עפעס דערמאנט פון גירסא דינקותא? זייער פשוט!
עס איז מיר אויסגעקומען צו פארוויילן דעם פארגאנגענעם שבת קודש העעל"ט אין דעם שטעטל וואו איך האב אזוי פיין פארברענגט אין די בחור'ישע יארן. וואו איך האב געהאט די זכי' צו לערנען און דאווענען אנע דאגות אדער טירדות. איי... ווי שטארק עס בענקט זיך צוריק צו די זיסע יארען!!
ארויסגעפארן בין איך דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכמיטאג פון מיין אפרוה-ארט אין די בערג. נאך א לענגערע נסיעה – וואס פאדערט א באזונדערע באשרייבונג, אויב די צייט וועט ערלויבן – קומען מיר אן צו אונזער דעסטינאציע. דערזעענדיג דעם שטעטל פונדערווייטנס... האבן זיך גלייך ערוועקט נאסטאלאגישע געפילן צום פלאץ און איר פארגאנגענהייט. הלואי מען קען צוריק גיין אין צייט – האב איך געקלערט צו מיר – איך וואלט דאך גאר אנדערש אויסגענוצט די גאלדענע קינדער יארן!
די הייזקעלעך און די וועגן זענען כמעט די זעלבע, ממש אזוי ווי איך האב זיי איבערגעלאזט ביים געזעגענען זיך פון איר צו גיין אונטער די חופה בשעטומ"צ. אפילו די איינוואוינער אירע האבן זיך נישט צופיל געטוישט. זיי דרייען זיך ארום מיטן זעלבן שמייכל, עס פעלט זיי באמת גארנישט.
אראפלאדענענדיג די פעקלעך אינעם ציכטיגן אכסניא – דא איז טאקע אין פלאץ צו באדאנקן דעם חשוב'ן בעל אכסניא, איינער פון די אנערקענטע אידן אין שטעטל, וואס האט זיך אינגאנצן אוועקגעגעבן פאר מיר און מיין משפחה, אז מיר זאלן ארויסנעמען די מאקסימום הנאה פון דעם שבת קודש. זאל אים השי"ת באצאלן בכפלי כפליים – האבן זיך מיינע פיס געהויבן ווי פון זיך אליין און אנגעהויבן שפאנען אין ריכטונג פון די "ישיבה".
א חרדת קודש נעמט מיר ארום אנקוקענדיג דעם הייליגן פלאץ. וויפיל מיליאנען שעות לימוד התורה ליגן אנגעזאפט אין אירע שטיינערנע ווענט? וויפיל תלמידי חכמים זענען אויסגעשטיגן טאקע דא פון דעם מקום תורה? כי המקום אשר אני עומד עליה אדמת קודש הוא...
איך אליין האב דא פארברענגט די סמעטענע פון מיינע יארן. דא איז די שטוב וואו איך בין געשלאפן, וואו מיין חבר נ"י פלעגט מיר אויפוועקן אום פיר אזייגער פארטאגס צום לערנען, און שוין דאן זענען מיר נישט געווען די ערשטע אין בית המדרש. דא איז די עס-זאל – וואס כאטש די עסן אליין ברענגט נישט ארויף די געשמאקסטע זכרונות, דערמאנט מען זיך אבער די איינגענעמע געזעלשאפט אין וואס מען האט פארברענגט ביי די מאלצייטן צופרי און ביינאכט. ווער רעדט נאך פון די שבת קודש'דיגע סעודות מיט אירע הערליכע זמירות...
איך שפאציר אריין אין דעם היכל בית המדרש, עס דאכט זיך מיר אז די צייט האט זיך צוריקגעריקט מיט מיר. די פנימ'ער פון די בחורים זענען טאקע אנדערש, אבער דער מהות פון די ישיבה איז דאס זעלבע, די טישן און בענק זענען אויסגעלייגט אקוראט ווי איך האב זיי איבערגעלאזט. און – זאל ארויסגעברענגט ווערן דא די לויב פון די בחורים – אפילו עס איז געווען א דאנערשטאג נאכמיטאג, ווען די שוואכע סוף וואך אטמאספערע שפירט זיך שוין עטוואס אין די לופט, האבן די בחורים געלערנט הויך אויפן קול ווי גלייך עס וואלט געווען א מאנטאג פארמיטאג און די מגידי שיעורים זענען נארוואס אנגעקומען מיט פרישע כוחות גרייט צום צימבלן דער וואס וועט נישט צושטיין צום סדר היום הונדערט און צען פראצענט.
א קלאפ אין סטענדער האט מיר איבערגעוועקט פון מיינע געדאנקען: מנחה!
איך וואש זיך די הענט ביים אלטן קראן וואס האט שוין געזען בעסערע צייטן... איך שטעל זיך אוועק ביים מעריב ווינקל פונעם שוהל, אן ארט וואס איך האב אויסגעקליבן שוין דאן – לערנענדיג דא אין די ישיבה – צוליב עטליכע פראקטישע סיבות.
דער בעל תפלה לאזט אויס: תהלת ה' ידבר פי ויברך כל בשר שם קדשו לעולם ועד וגו'. מען שטעלט זיך שמונה עשרה... יעדער; אויסער איך. מיינע געדאנקען שוועבן אין דער פארגאנגענהייט ---
געווען בין איך דאן א יונגער בחור מיט יונג-בחור'ישע דאגות. ווי אלע בחורים אין דעם עלטער האב איך אסאך געקלערט איבער "תכלית".
וואס מיינט "תכלית"?
תכלית האט אסאך באדייטונגען. ביי איינעם מיינט דאס "געלט". ביים צווייטן "כבוד און אנערקענונג". ביי א דריטן מיינט דאס א פיינע "שידוך". ביים פערטן מיינט דאס דעם ריכטיגן תכלית, א "ציל אין לעבן". ער וויל אויסשטייגן דאס מאקסימום וואס מען ערווארטעט פון אים, לויט זיינע מעגליכקייטן און כשרונות.
אין יענע תקופה האבן זיך פאר מיר אנטדעקט די טויערן פון "תפילה"...
עס זענען געווען תקופות וואס די ברכה פון "שומע תפילה" האט גענומען לענגער ווי די אנדערע אכצן ברכות פון שמונה עשרה צוזאמען. די היימישע תפילות וואס פלעגן ארויסגעברענגט ווערן אויף מוטער שפראך, פלעגן כולל זיין אין זיך די אלע סארטן "תכלית" וואס מיר האבן אויבן דערמאנט...
פון צייט צו צייט פלעגט זיך אפילו מאכן אז מען פלעגט נעלם ווערן אויף א קורצע וויילע פון יעדנ'ס אויג... זיך אריינכאפן אין דעם נאנטן וועלדל, און זיך שופך שיח זיין פארן יוצר בראשית. אין פארשידענע קרייזן איז דאס א טאג טעגליכע זאך וואס רופט זיך "התבודדות", אבער ביי אונז האט דאס געדינט אלס א פון-צייט-צו-צייט דורכשמועס מיט דעם וואס האט אונז באשאפן. איבערגעבן א באריכט פון אונזערע פלאגענישן אויף זיין וועלטל, באדאנקען אויפן עבר, און בעטן א הייסע תפילה פון טיפעניש פון הארצן אויפן עתיד...
**
ברוך אתה ה' ... דער בעל תפלה הייבט אן די הויכע שמונה עשרה מיט א ברען. איך ווארט אויס ביז נאך קדושה און "אמן" פון הקל הקדוש – ווי די הלכה פארלאנגט – און שטעל זיך דאווענען א ווארימע "ישיבה'ישע" תפילה.
דא און דארט דאכט זיך מיר אז איך הער די שטומע פון מיין חבר, מיין מגיד שיעור, מיין ראש ישיבה, אבער ניין; די טעג זענען א פארגאנגענהייט. געגאנגען זענען די חברים מיינע, געגאנגען זענען דאס רוב פון די איינגעשטעלטע, אויפגעקומען איז א נייע דור. נייע בחורים וואס מוטשען זיך אדורכצושטופען די צענערלינג תקופה מיט אירע פילצאליגע נסיונות – וואס ווערן נאר ערגער פון דור צו דור. אויפגעשטאנען איז א נייער דור מרביצי תורה, יונגע תלמידי חכמים און מחנכים וואס פרובירן אויף זייער אייגנארטיגן אופן ארויס צו ברענגן דעם מאקסימום פון יעדן בחור'ל, לויט ווי די היינטיגע אומשטענדן ערלויבן.
**
"נאכט סדר". א באגריף וואס אלס בחור האט דאס נישט צופיל געמיינט. בפרט אויב מען האט אויסגענוצט דעם גאנצן טאג – פון פירע פארטאגס אנגעפאנגען – מיט תורה לערנען, דאן שפירט מען אז דער טאג איז שוין "אויסגענוצט"... נאכדערצו אז דער גוף איז שוין באמת "אויסגענוצט" און דאס קעפל האלט זיך שוין נישט אויף די אקסלן ווי געהעריג... ער לעכצט שוין צו גיין צווישן דעם קושן מיטן קאלדרע פאר א גוט פארדינטע נאכט שלאף.
אבער יעצט – זייענדיג טרוד על המחי' ועל הכלכלה – האבן די נאכט שעות גאר אן אנדער באדייט: דאס זענען די איינציגע שעה צוויי וואס מען האט די זכי' צו זיצען ביי די גמרא מיט אדער אן א חברותא, זיך משלים זיין, אריינכאפן דאס וואס מען האט פארפאסט און נישט עספיהט אנצוקומען אלס בחור.
איך ווענד מיינע טריט צו די אלטע ספרים שענק, זיך אפיר אן אלטן גמרא – קיין נייע קען מען נאכנישט דא געפונען – שפאציר צו מיין אלטן טישל, זעץ זיך אוועק אויף דעם האלצערנעם באנק, נאך א קורצע וויילע בין איך אין פולן שוואונג: זאגט די הייליגע משנה!!!...
פונעם עק אויג באמערק איך ווי די ארומיגע בחורים שענקן מיר זייערע בליקן... פרוביר זיי מסביר זיין אז דא זיצט א אידל וואס האט זיך פארבענקט צו שפירן אויף עטליכע שעה די אלטע זיסע יארן פון אמאל... און פרובירט דורך די גמרא ניגון צוריקצושלעפן די הענטלעך פונעם זייגער ביז צו זיין בחור'ישע תקופה...
די בלעטער גמרא מישן זיך איינציגווייג, די צייט איז אויך נישט געקומען צו קיין אפשטעל. אט גייט מען דאווענען מעריב, און די בחורים וועלן זיך צולייגן אויף געציילטע שעות, פארגעסט נישט: עס איז "ליל ששי" אויף דער וועלט!
**
"שבת קודש".
פרייטאג צונאכטס שפאציר איך ווידער צום ישיבה, א קבלת שבת צווישן די בחורים, צווישן די פיר ווענט וואו מיר האבן פארברענגט יארן לאנג און געהארעוועט אויף תורה, האט דאך גאר א צווייט באדייט. (דא איז אין פלאץ זיך אפצורעדן אויף דעם גבאי'ן... אבער לאמיר אים דן זיין לכף זכות... אפשר האט ער נישט געוואוסט אז איך גלייך דאס ברעטל... איבריג צו זאגען אז די איבריגע תפילות האב איך שוין געדאווענט אין שטעטלישן בית המדרש, און איבריג צו זאגען אז אויך דארט האט מען מיר נישט מכבד געווען מיט קיין ברעטל אדער ששי, ניטאמאל שלישי [הגם אן עליה האב איך יא באקומען, וויפיל האב איך געשאנדערט פרעגט איר? פינעף דאלער!]).
איך וועל נישט באמוטשען דעם עולם מער, איך ווייס איר האט מער ליב צו ליינען די שפאנענדע פארזעצונגען אדער די פאליטישע אנאליזן. אבער איך האב געמוזט אביסל זיך אויסשמועסן, אראפשרייבן געפילן וואס זענען געליגן אויפן הארץ. יישר כח אייך אלע פארן אויפהאלטן דעם פורום אין די צייט וואס איך בין אפוועזנד געווען. איך האף אייך מער נישט צו אנטוישן.
 |
|
|