| נשלח ב-26/7/2005 19:38 |
|
| |
ראזינקעס
ברעיקינג נייעס אויף קול מבשר אינפארמאציע סיסטעם, אדמו"ר מ'פישפיק שליט"א איז היינט אפגעפארן קיין לאס וועגאס אויף אפרוה פון זיין עבודת הקודש, סטאטיסטיקס צייגן אז דאס איז דאס ערשטע מאל וואס א חסיד'ישע רבי באזוכט דארט אין פופצען יאר, זייט מען האט דארט געכאפט אדמו"ר מ'האצענפלאץ זצ"ל. לאמיר האפן אז דער רבי וועט מתקן זיין דאס ארט אז בקרוב זאלן מיר אלע שוין קענען אהינפארן און פארברענגן אין א היימישע אטמאספערע, גלאט כשר. שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות.
אויב איר האט נאך קיינמאל נישט געהערט דעם קול מבשר נייעס האטליין, דאן רופט שוין אן דעם נומער. 1212-990-7400
איך האב געהערט א אמת'ע מעשה, א פינעף און אכציג יעריגע פרוי האט גערופן קול מבשר ווי איר געווענליכע רוטין יעדן אינדערפרי, פלוצלינג הערט זי אז היינט איז איינער צוזאמגעפאלען אין א געוויסע בית המדרש, וואס זי האט געוואוסט אז איר זוהן דאווענט דארט, און איר זוהן האט לעצטנס געהאט מיטן הארץ צוטאן, האט זי צוזאמגעשטעלט איינס מיט איינס און גלייך באשלאסן אז איר זוהן איז צוזאמגעפאלן, האט זי אין דער שנעליקייט אנגערופן אלע אירע זוהן און טעכטער, איידימער און שנורען, און אייניקלעך אויך, און זיי איינגעמאלדן די שוידערליכע נייעס אז איר זוהן דארף גרויס רחמים. אזוי קוקען מיר היינט אויס אין די אינפארמאציע וועלט. מיט די אינפארמאציע וואס פליסט אן אויפהער, און דער עולם גולם שטייט און הערט אויס און גלייבט יעדעס ווארט. זי האט זיך נישט בארוהיגט ווילאנג איר זוהן האט איר אליינס אפגערופן און געזאגט, מאמי איך בין ברוך השם געזונט און שטארק, און הער אויף צו רופן קול מבשר.
אבער ווען די פרוי וואלט געכאפט א הארץ אטאקע פאר שרעק רחמנא ליצלן, וואלט קול מבשר זיך גאר געפריידט, און וואלט אויסגערופן מיט פאטאס, ברוך דיין האמת. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
%
איך בין לעצטנס געפארן אויפן טרעין און אנדערש ווי ביז היינט בין איך געווען זייער רואיג, ווייל נעבן מיר איז געזיצן א זעקס יעריג אינגל און זיך געשפילט מיט א בארבי דאל. האב איך זיך דערמאנט וואס מעיאר בלומבערג האט געזאגט א טאג נאך די ערשטע לאנדאנע אטאקעס אויף דזשאן געמבלינג שאו, האט ער געזאגט אזוי: אויסער די אלע פאליציי וואס איר זעהט אין די מונדירען, זענען אויך דא באהאלטענע אגענטן וואס דרייען זיך ארום אויף אלע טרעינס, למשל, די אלטע באביטשקע וואס זיצט נעבן אייך, אדער דער שווארצער רעפער, אדער אפילו די קליינע קינד וואס זיצט נעבן אייך... די קענען אלע זיין באהאלטענע אגענטן.
שוין, בין איך בארואיגט ווען איך זעה דעם קליינעם ראצער זיך שפילן מיט זיין דאלי, וויסנדיג אז דער איז גאר א אנדערקאווער עידזשענט פאר מעיאר בלומבערג. איך האב אפילו אנגעהויבן טראכטן אז אפשר בין איך אליין גאר דער אונטערגעשטעלטער אגענט, וואס זאגט איר?
%
אלס קינד האט מען אונז אויסגעלערנט אז אויב מען ווייזט פאר א גוי מיטן פינגער אויף ארויף, מיינט דאס אז ער זאל גיין אין הימל, און אויב מען ווייזט מיטן פינגער אויף אראפ, מיינט דאס אז ער זאל גיין אין דער ערד.
היינט בין איך אביסל עלטער געווארן, הגם מיין שכל וואקסט ווי א טשערופאכע, אדער טורטעל אין ענגליש. ווייס איך אז דאס מיינט גאר עפעס אנדערש. איך שרייב דאס נאר, ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן.
%
איך האב נישט וואס נאך צו שרייבן. שרייבט מיר צוריק, וועל איך ווייטער שרייבן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 06:02 |
|
| |
געשמאקער;
אויב דו ווייסט נישט וואס 'ראזינקעס' מיינט, האסטו נאך אין דיין לעבן נישט געליינט דעם 'פנים חדשות'...
ראזינקעס מיינט צוזאמגעקליבענע נארהאפטיגע שטיקעלעך, וואס זענען נישט גענוג לאנג צו מאכן דערפון א גאנץ בלעטל, ואיידי דזוטר מירכס, שטעלט מען דאס צוזאם פער ראזינקעס שאכטל.
*
נאך א זאך; פון וואו פארשאפט מען די אינטערסאנטע מענטשעלעך וואס דו לייגסט דא ארויף?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 19:35 |
|
| |
gishmoker
אך מיין אז "איך ברעך מיך קאפ!! אין וואנט אריין" קומט ביי געבראטענע שטותים
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 19:04 |
|
| |
מצורף קובץ
yes, nameless is right! i'm with hime full force!
mr. kramer has a wonderfull humoristic essence witch nourishes our spirits .
just keep it up 
נאר וואס האט די גאנצע נויסע מיט די קעפל "ראזינקעס"??
איך ברעך מיך קאפ!! אין וואנט אריין

|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 13:29 |
|
| |
נעימלעס, טענק יו פאר די קאמפלימענט.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 13:14 |
|
| |
שיק פאר דיין פריינט א לינק צו "היימישע שטותים"...
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 22:09 |
|
| |
Kramer, I like when you bring out your sense of humor. Don't get me wrong, I love it when you analyze, but there is nothing like a twist of humor every now and then or every now and always
You right, they use ''the'' finger for blood samples. Funny how I never even thought about it. I have a very naïve friend who knows nothing about ''finger signaling'' and always when he darshens he swings davke the ''wrong one'' upwards in the air—sometimes for a painfully long time—I always think to myself…''poor man, someone tell him already!'' 0
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 01:53 |
|
| |
באורד? הא? איך האב קיין אנונג וויאזוי דאס שפירט זיך, לאל. וועלקאם טו די קלוב.
וועלכע פינגער? נישט די ערשטע און נישט די צווייטע, אה, יא יא, די נעקסטע. געב אכטונג האלט עס נישט אויף ארויף אדער אראפ. הוטקע וועט דיר ארויסווארפן פון דא.
עס איז אזוי אינטערסאנט וויאזוי אין שפיטאל ברויך מען געבן דעם מיטלסטן פינגער פאר די נורסעס עטליכע מאל א טאג כדי צו מעסטן די ציקער, און קיינער פון זיי באליידיגט זיך נישט. נפלאות הבורא.
וועגן די בארבי דאל, גלייב מיר איך ווייס נישט וואס דאס מיינט, אבער יא, דאס קינד האט זיך געשפילט מיט א בובאלע, און איך בין כמעט זיכער אז עס איז געווען א יונגל. אבער עס קען זיין אז עס איז געווען א מיידל, אבער איך קוק געווענליך נישט אויף מיידלעך. ממילא ווייס איך נישט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 01:46 |
|
| |
Kramer I have couple of very silly questions to ask, which I would otherwise not, only I'm really bored right now
A six-year-old boy with a Barbie doll? Did he also happen to have two mommies? Also which finger exactly are you talking about? (what hutkh, he didn't mention that, I'm seriously confused.) o
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 21:34 |
|
| |
איך האב נאך עפעס צו שרייבן פאר קרעמער איך האלט מיך צוריק לקים מה שנאמר לעשות רצון ...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 21:23 |
|
| |
הערט אייך אויף צו טענה'ן... ווער זאגט אז איך ברויך הילף בכלל??? (כ'מיין... ווער ברויך דען נישט קיין הילף?... אבער איר מיינט אז איר קענט מיר דען העלפן...?).
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 21:01 |
|
| |
קודם איך בין נישט קיין שרייבער און נאכדעם איינער וואס הייסט שווארץ מיינט אז ער איז א שווארצע מענטש?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 20:39 |
|
| |
דו ביסט דאך אויך נישט צו פארנומען, אפשר העלפן מיר אים אינאיינעם ארויס???
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 20:00 |
|
| |
קענסט שרייבן נאך אפאר מאל %
|
|
|
|
|