בית פורומים היימישע קרעטשמע

"יארמור רב"... ... זאגט:

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/7/2005 19:38 לינק ישיר 
"יארמור רב"... ... זאגט:


דא ווער געגעבן די געלעגענהייט פאר אלע שרייבערלאך וואס פאסקמאטעווען זיך מיטן שרייבן, זיי קענען נעבעך נישט אליין בדחנ'ן צי נפחא'נן צי סתם זענען פוילע יונגאטשעס... אדער פוסטע בעלי גאה, וואס עס פאסט נישט פאר זיי צו מאכן תגובות... ... ...

דעריבער האט איך געזעהן פאר וויכטיג צו עפענען אן אשכול ווי יעדער זאל קענען שרייבן קיינער זאל זיך נישט פיהלן בא'עוול'ט, אדער זיך דארפן שעמען מיט זיין נישט געלונגענע וויצלאך, דא קען מען אלע וויצלאך אנלייגן אויף אונזער אלעמען באקאנטן רב ראש וראשון לכל דבר של קדישה...הרב הגעון מאור הגולה המאור הגדול (יא, ביי די ספרדישע תמימים ווערט ער באטיטלט המאור הגדול..! אוי לאותה בושה...] מורה מורינו הרב רבי ר' יענקל מילער-שליטא....

ביטע נאר שרייבן אמת'ע זאכן וואס ער האט (קיינמאל...) נישט געזאגט....





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2008 23:23 לינק ישיר 

ראית רופא לאחרונה?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2006 21:23 לינק ישיר 

"איך האב נעכטן געקויפט א שיינעם נייעם הוט ביי קרויס הוט געשעפט פאר בלויז 50 דאלער!" - זאגט דער יארמער רב - "קענט איר דאס גלייבן?"

"ווי אזוי האט איר דאס באוויזן, רבי"? - פרעגן עטליכע אידן.

"אה, איך האב אים אונטערגעשמירט מיט א הונדערטער אונטערן טיש, האט ער זיך געלאזט איבעררעדן און מיר געגעבן פאר דעם פרייז"!...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/7/2006 03:47 לינק ישיר 

עטליכע וואכן שפעטער האט מען אויסגערופן דעם זעלבן איד צו הגבה, ער גייט אריבער דעם רב, און דער רב רופט זיך אן צו אים א שוויר ספר, דער איד האט דאך שוין געוואוסט אז ער מאכט חוזק, גייט ער צו צום באלעמער און זאגט הויעך "ברכו את השם המבורך" דאס געלעכטער וואס דארט האט זיך אפגעטוען איז נישט צום באשרייבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/7/2006 22:40 לינק ישיר 

מ'האט אויסגערופן א איד עולה צו זיין לתורה שביעי. דער איד, שמועסנדיג א גאנצן לייענען, האט נישט געהאט קיין השגה וואו מ'האלט. ער האט אפילו נישט געכאפט אז מען האט אים אויסגערופן ביז עטליכע שכנים האבן אים געווינקען, נו, נו...אויפן וועג צום באלעמער איז דער איד אדורכגעגאנגען יארמער רב שליט"א, האט זיך דער רב אנגערופן צו דעם איד, גיב אכטונג, עס איז א שווערער ספר!

האט שוין דער איד פארשטאנען אז מ'רופט אים אויס צו הגבה... אנקומענדיג צום באלעמער, ווארט דארט דער עולם ער זאל זאגן ברכו, און דערווייל נעמט דער איד דעם ספר תורה און הייבט דאס אויף הויך...

וואס טוסטו? האבן אלע געשריגן, מ'האלט נאך ביי שביעי?! ופני ה'איד' חפו...

אזוי לערנט אויס דער רב פאר אידישע קינדער נישט צו שמועסן ביי קריאת התורה...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2006 01:51 לינק ישיר 

א גביר פארט געמיטלעך מיט זיין קעדילעקט אויפן שאסיי, פלוצלינג ווערט ער ערשטוינט צו זעהן ווי 2 מענטשן שטייען ביים זייט פון שאסיי רייסן ארויס גראז און בלעטער פון דער ערד און עסן עס. ער שטעלט אפ דעם קאר, פארט צו צי די פארשוינען און פרעגט זיי "וואס גייט פאר מיט ענק, עטס זענטס משוגע?? גראז אין בלעטער?? עסן??", ענטפערן זיי, "אונז זעמיר שוין גארנישט משוגע, ס'איז יענס געלעכטער, אונז זעמיר אזוי ארים, אונז האמיר פשוט נישט וואס צו עסן, כדי זיך צו דערהאלטן דאס חיות מוז מיר עסן גראז", שרייט דער גביר, "פארדעם דארפט עטס נישט עסן גראז אויפן גאס, קומטס צו מיר אהיים איך וועל ענק געבן צו עסן", ענטפערן די פארשוינען, אבער מיר האבן אויכעט ווייבער, זאגט דער גביר איך וועל געבן פאר די ווייבער, טענה'ן די מענטשן, אבער מיר האבן ביידע 15 קינדערלעך, זאגט די גביר קיין פראבלעם איך וועל געבן פאר אלע צו עסן, עקשנ'ען זיך אבער די מענטשן אונז האמיר 2 שכנים אין די זעלבן מצב מיט ווייבער אין קינדער אלעס אינאיינעם איז עס א חשבון פון 35 נפשות, קענסטו דען געבן פאר אזויפיל מענטשן צו עסן, זאגט די גביר וואס מיינסטו איך בין גענוג פארמעגליך איך האב א גרויסע הויף מיט 3 פיס גראז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2006 04:24 לינק ישיר 

איך גיי אין ארץ ישראל אויפן גאס איך טרעף מיך אן קעש, איך האב נאר געהאט א טשעק ביי מיר, גיי איך צו צי א איד און בעט עם אויב ער קען מיר איינטוישן דעם טשעק.
זאגט דער איד: אנשולדיגט, איך קען אייך נישט טוישן דעם טשעק, איך ווייס ניטאמאל ווער איר זענט...
פרעגט ר' יענקל: אין אמעריקא וויל מען מיר נישט טוישן קיין טשעק ווייל מען קען מיך יא! און דו ווילסט נישט ווייל דו קענסט מיך נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2006 00:36 לינק ישיר 

יא, די תורה'דיגע מאמרים פון יארמער רב האבן א ספעציעלע חן... דאס זענען די דברי תורה וואס ער זאגט פאר די חתנים תלמידי חכמים, וואו ער פארציילט נישט סתם די "נארישע דזשאוקס"...

איינס האב איך געהערט פון אים פאריגע וואך - איין מינוט - נישט פאריגע וואך - אייגענטליך 14 יאר צוריק (אויכעט מפה קדשו).

ער איז אמאל געזעצן מיט עטליכע אידן פרייטיג צונאכטס, און פארציילט ווערטלעך כמנהגו בקודש, לקיים מה שנאמר: וקראת לשבת עונג. זעלבטפארשטענדליך אז דער עולם האט זיך געקאטשעט, לקיים מה שנאמר: כולם ישבעו ויתענגו מטובך.

גייט אדורך אן עלטערער אנגעבלאזענער איד, און האלט אים פאר: היתכן, ר' יאנקל? ווי שעמסטו זיך נישט צו זיצן פרייטיג צו נאכטס, אזא געהויבענע צייט, און שיסן דזשאוקס און מאכן ליצנות? וואו איז דיין ערנסטקייט? איז דען דאס אויסגעהאלטן??

זאגט ר' יאנקל: פארוואס דען נישט? נישט נאר פרייטיג צו נאכטס, נאר אפילו אום יום כיפור, בעיצומו של יום, מעג מען אויך מאכן ווערטלעך!

וואס רעדסטו? - שרייט דער אלטער באגאבונד - פון וואנעט נעמסטו אזעלכע דברי בלע?

וואס הייסט, זאגט ר' יאנקל, ס'איז א בפירוש'ע גמרא!!

דהיינו? - פרעגט דער אלטער, און אלע ארומיגע שפיצן זיך אן די אויערן זיכער מאכן נישט צו פארפעלן קיין ווארט פון דעם אינהאלטסרייכן שמועס.

אט האט איר: די גמרא זאגט אין בבא מציעא, און עס ווערט אראפגעברענגט להלכה אין רמב"ם (ספר משפטים הלכות טוען ונטען פרק ו'): אמר לו בפני עדים, מנה לי בידך, אמר לו הין, למחר תבעו בדין והביא עדים, וטען ואמר משטה הייתי בך, ואין לך בידי כלום וכו' פטור.
 
ד.ה. למשל אז ראובן זאגט פאר שמעון: שמעון, הערסט? דו קומסט מיר א מנה! און שמעון איז זיך מודה, יא, גערעכט איך קום דיר טאקע! צומארגנס שלעפט ראובן דעם שמעון צום בית דין, און טענה'עט אז ער איז אים שולדיג א מנה, און ער ברענגט אפילו עדים אז ער האט זיך נעכטן מודה געווען. קען זיך שמעון ארויסדרייען און זאגן "משטה הייתי בך"! איך האב סתם געמאכט חוזק פון דיר, איך האב עס נישט געמיינט ערנסט, איך האב נאר געמאכט א ווערטל, א וויץ! איז די הלכה אז מ'קען נישט מחייב זיין שמעון אויף דעם באזיס און אויף די עדות, ווייל מ'נעמט אן אז ס'איז טאקע בלויז בלויז געווען א וויץ, און ראובן מוז זיך אפירקראצן בעסערע באווייזן, ווי מ'פסק'נט "המוציא מחבירו עליו הראיה".

איצט איז אזוי - דרייט דער יארמער רב שליט"א מיטן פינגער - אלמלא ווען מען טאר נישט מאכן וויצן אום יום כיפור, העט ווען די גמרא געדארפט זאגן, במה דברים אמורים, ווען זאג איך אז מ'נעמט אן דעם תירוץ פון "משטה הייתי בך" אז איך האב בלויז געמאכט ליצנות פון דיר - בכל ימות השנה; אבל ביום הכיפורים לא, יום כיפור נעם איך נישט אן דעם אויסרייד, וויבאלד מען טאר נישט מאכן א ווערטל אום יום כיפור!

אלא מאי אז די גמרא זאגט נישט דאס, איז געדרינגען פון דאנעט - פירט אויס דער יארמער רב מייט א זיגרייכן שמייכל אויף זיינע לעפצן - אז מען מעג מאכן א וויץ אפילו אום יום כיפור, און אודאי פרייטאג צו נאכטס!

לסיומא דמילתא, פארציילט דער יארמער רב, כדי צו האבן א הסכמה דערויף, בין איך געגאנגען צו מיין רבי'ן (דער וויזניצער רבי איז זיין רבי), און אים פארגעלייגט דעם פשט, און... ער האט צוגעשאקלט מיטן קאפ!! (פון לינקס אויף רעכטס, באטאנט יארמער רב,  נישט פון אויבן אראפ...) ודפח"ח...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/7/2006 22:34 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/7/2006 22:25 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/7/2006 20:02 לינק ישיר 

א טיפזיניגע קשיא פון ר' יענק'ל, לייגטס צו קאפ:

די גמ' זאגט און מס' קידושין, קידשה בתמרה הרי זו ספק מקודשת, חיישי' שמא שוה פרוטה במדי.
ווידעראום אויף אן אנדערן פלאץ זאגט די גמ', נתנה היא ואמרה היא מקודשת האדם חשוב, פארוואס זאג איך נישט אז יעדערע זאל זיין מקודשת מספק חשש שמה הוא אדם חשוב במדי?

נא, ווער ס'האט געקאפטשאט זאל אויפהייבן די האנט! 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/7/2006 05:34 לינק ישיר 

ברענג ברענג, מאך א נייע אשכול, אדער שרייב דא, דער עיקר: שרייב!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/7/2006 05:04 לינק ישיר 

בקשר צו די אויבנדערמאנטע פון "שב ואל תעשה", האב איך אמאל געהערט פון אים.

ער איז אמאל געזעצן אין פאבליק ביה"כ, און געהערט ווי זיין שכן אין ביה"כ רעדט הויך און פלוידערט אויפן סעלפאן. האט ער אריינגעקלאפט: "נו, אמור מעט ועשה הרבה!"

דעם קומענדיגן טאג האט ער געהערט אן עלטערן איד זאגן אשר יצר הויך אין בית הכסא. ארויסקומענדיג, פרעגט ער אים: ר' ירוחם, וואס עפעס זאגט איר אשר יצר אינווייניג אין ביהכ"ס? פארענטפערט זיך ר' ירוחם, קוק אהער, דא אויפן טאוול שטייט אז עס איז א סגולה לאריכות ימים צו זאגן ברכת אשר יצר אינווייניג!...

רבותי, צי מעג מען דא אויך אראפברענגען הלצות פון הבדחן ר' שלום אליעזר דים שליט"א? איך האב פלענטי... אפשר זאל מען מאכן א באזונדערע אשכול דערפאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/7/2006 20:21 לינק ישיר 

יארמער רב און א מוסר שמועס איז מסביר,
פארוואס טוט מען אן פאר א בר מינן רח"ל א ווייסע קיטל?
-אים צו דערמאנען פונעם יום החופה! (נישט מער געדאכט)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/7/2006 09:13 לינק ישיר 


Milsa Bedichese

A Litvishe Yingerman without a beard moves with his family from Denver to Boro-Park and wants to join a Chasidishe Kollel. The Yingerman goes to see the Rosh HaKollel, who asks him some questions in learning and about his previous Kollel experiences. The Yingerman knows his stuff and impresses the Rosh HaKollel, to which the Rosh HaKollel replies, "You are accepted, it will be our pleasure to have you here in our Kollel learning with us. Just make sure to be here by noon every day." "By noon?", the clean-shaven Yingerman asks. "What time does Kollel begin?" The Rosh HaKollel answers him with an ernest look on his face, "Oh, Kollel starts at ten o'clock, but the first two hours everyone just sits around pulling their beard."

קרעדיט: כאפצעם בלאג



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/3/2006 23:21 לינק ישיר 

טאטעניו, האט מען אין לאנדאן שוין געהערט פון ר' יאנקל מילער?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > "יארמור רב"... ... זאגט:
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext