| נשלח ב-31/7/2005 08:43 |
|
| |
שווערע..... חקירות ??
שוין א צייט אפשניט וואס איך פלאן מיך אריבעצו ציהן אין אנייע באקוועמטע דירה'לע, נאכן וואוינען א צייט אפשניט אין א איינפאכע פשוטע דירה. קענסטו מערקן וועלכע צייט אפשניט איז לענגער?
איך בין געפארן אין וויליאמסבורג אמאל, פאר מיר איז זייער אינטערעסאנט צו וויסן פארוואס יעדער דרימלט איין ביי רויט לייט, והראי' גלייך ווען ס'ווערט גרין נעמט מען זיך פייפן אים אויפצו וועקן?
באקאנט א משל פון דובנער מגיד, א הער איז געפארן מיט א טייערן פערד און וואגן ביינאכט האט ער אנגעווארנט דעם שומר ער זאל נישט דרימלן קיין רגע נישט נאר היטן אויפן פערד. חצות וועקט זיך דער האר אויף קוקט אויפן שומר אוון פרעגט נו וואס טוסטו יעצט? איך טראכט, וואס טראכסטו? ווען מ'האקט אריין א נאגל אין וואנט וואו ווערט פארלוירן די שטויב פון דעם פלאץ פון די נאגל? אה הא! זייער גוט, טראכט ווייטער אבער היט אויפן פערד.
צווייע וועקט ער זיך נאכאמאל אויף און פרעגט אים וואס טוט זיך? איך טראכט, וואס טראכסטו שוין ווייטער? פארוואס דארף איך אויפבלייבן און וואכן אויפן פערד אפשר מאך מיר פארקערט? נו נו טראכט ווייטער.
פירע וועקט ער זיך נאכאמאל אויף, נו וואס טוסטו? איך טראכט, וואס שוין ווייטער? איך שטיי און איך היט אויפן פערד אגאנצע נאכט וויאזוי קען זיין אז דער פערד איז נישטא?...
בזמן הבית ווען מען האט זיך גערייניגט אין מקו' מטומאה לטהרה האט מען געהאט טיקערערס אין די מקוואות אזוי ווי מען פארמאגט היינט?
א גוטע וואך, ברודער.
ווען ס'וועט זיין ענטפערס וועל איך ממשיך זיין איה.
איך מוז פשוט זעהן אז איך עקזיסטיר איינער מאכט זיך וויסנדיג פון מיר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2005 02:27 |
|
| |
איך פאנג אן פון אונטען.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2005 01:44 |
|
| |
איך ווייס נישט צי דעס איז א שווערע חקירה, אדער סתם א חקירה, אדער קיין איינס נישט, אבער איך האב עס נישט ווי צילייגען, סא לייג איך עס דא.
ווען עטס עפנטס אויף די טויער פונם קרעטשמע, און עס אנטפאנגען אייך פיל מיט בלינקעדיגע לעמפלעך, ווי פאנגט עטס אן צי ליינען, פון אויבן אראפ, אדער פון אינטען ארויף, אדער פון אינמיטען????
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 14:13 |
|
| |
די שאלה וואלט מסתמא געברויכט זיין פארקערט, אויב מען האט שוין געזען א פעשליכן דיקליכן כינעזער. ווייל זיי קומען דאר.
אגב;
ווען די כינעזער שפילן "בלינדע קאטשקע" מיט וואס בינדט מען זיי צי די אויגן?
מיט א 'דענטל-פלאס'.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2005 03:10 |
|
| |
א חקירה , נישט אזא שווערע
האט איר שוין אמאל געזען א דארן כינעזער פרוי\מאן ????????
......................
רייז מיט פיש (שטונקעדיגע), פון איסט סייד, מאכט דאר ...???
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2005 08:34 |
|
| |
אוי קרעמער'על זיסער איך דערמאן מיך יעצט פון הוטקה'ס דברי תורה מלא טעם וריח וואס ער פלעגט שטענדיג אריינווארפן אין זיינע פסקים...
א שאד א שאד .... אזוי יונג אוועקגעריסן געווארן... שוין... איך טרייסט מיך כאטש מיט זיין דיבוק וואס איז צוריקגעקומען אויף דעם עולם השפל דא מיט אונז...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2005 07:14 |
|
| |
עס איז א פסוק אין משלי (קאפיטל י"ד פסוק א').
רש"י טייטשט דאס אזוי: די קלוגע פון צווישן די פרויען בויען אויף זייער הויז, זיי מאכן עס זאל האבן א קיום, אזוי ווי און בן פלת'ס ווייב האט געטאן (מיט דעם וואס זי האט אים צוריקגעהאלטן פון ווערן פארמישט אין די מחלוקה פון קרח).
==
איך האב הנאה אז מען פרעגט דברי תורה, אדרבה, כמוך ירבו, להגדיל תורה ולהאדירה.
פרעג מיין קינד פרעג.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2005 03:28 |
|
| |
חכמת נשים בנתה ביתה
ווייסט אפשר איינער פשט און די ווערטער? איז דאס א מדרש פליאה? אדער סתם בלשון סגי נהור?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2005 09:13 |
|
| |
טאקע אויך א שווערע חקירה...
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2005 08:57 |
|
| |
איך הייב אן שפעקולירן אויב איר זענט נישט דער שרייבער פון די "קליינע אוצרות" אפטיילונג אין די "מעלות".
א געלעכטער אין א זייט.
|
|
|
|
|