גוטע וואך. עס איז יעצט צוויי דרייסיג, אבער איך קען נאכנישט אנטשלאפן ווערן, פשוט: איך בין געשלאפן דריי גאנצע שטונדן נאכמיטאג, נאך א אכט - ניין שעה'יגע פרייטאג צונאכטס שלאף.
על כן, וועל איך דא ארויפלייגן אפאר קורצע ענינים:
1. דער מקור פון די ענין פון הרג'ענען שפינען (ספיידערס, עכבש, שממית) געפונט זיך אין ספר דרכי חיים ושלום [מנהגי הרה"ק מ'מונקאטש זי"ע] אות תתר"פ, זיי שרייבן דארט אז דער מונקאטשער רב פלעגט אליינס ארומגיין הרג'נען די ספיידערס, זעה דארט באריכות.
[יישר כח פאר א היידפארק שרייבער (הרוצה בעילום שמו?) וואס האט מיר צוגעשיקט דעם מראה מקום אין תיבה אישית].
2. זיצנדיג היינט ביי שלש סעודות מיט אפאר חברים (דייקא נישט קיין אינטערנעט באנוצער) האבן מיר זיך צושמועסט איבער די אידישע ווערטער וואס מען נוצט און נוצט אן אריינקלערן וואס דאס באדייט (ווי קרעמער האט ארויסגעברענגט אזוי נאבעל אין זיין לעצטע אנאליז: כאמערייזל פיטערייזל וכדומה).
3. איך הער זאגען אז פון היינט און ווייטער וועט מען נישט קענען ליינען אונזער פורום אויב איר באנוצט אייך מיט דזשעי-נעט.
וויל איך אייך מעלדן אז מיר האבן זיך איינגעשריבן אין היידפארק מסורת. מיר ווארטן אויף אן ענטפער פונעם מנהל דארט. ווי נאר מיר וועלן האבן נייעס וועלן מיר אייך מעלדן בעזהשי"ת.
גוטע וואך
הוטקע
נשלח ב-2/8/2005 13:18
מיסטער נפחא,
דעם מצורף קובץ געשעפט, דאס לכוארה לייגט ארויף הייד פארק זעלבסט,
די געשמאקער, קודם כל בין איך גארנישט קיין נפחא'לע, נאר א נפחא.
והשנית, ס'איז 'ווייטער', און איך שרייב נאך אלס נישט מיט מסורת,(איך ניץ מסורת, נאר צי קוקען די בילדער.
וכאן המקום לעורר, אז ווען מ'לייגט ארויף די בילדער אן מצורף קובץ קען איך עס נישט זען אפי' דורך מסורת.)
תמיד ה''נפחא'' מציל בשעות הקשות
נשלח ב-1/8/2005 06:46
בן הרחמן און בן זהב, ענק הייסן "בן" נאך די זעלבע זיידע?