אזוי ווי דער ראש הקהל האט מיר מודיע געווען אז היינט זונטאג זענען דא פארגעקומען שלאכטן. וואס דאס איז נישט אויסגעהאלטן סיי לויט די תקנות הקהילה, און סיי לויט די חוקי התורה. אויך האט א חצוף זיך דערוואגט ארויפצולייגן דא זיינע טינופות.
ווילן מיר דא מעלדן און ווארענען!
ווער עס וועט זיך דערוואגן צו פארוואנדלן דעם פורום אין א בלוט באד, אדער אפילו אין א פילאו פייט, אפילו אויב ער וועט נאר אויפהייבן א האנט און וועלן זיך קריגן מיט א צווייטן. וועט גלייך פארשפארט ווערן פון דא!
כל שכן וכל שכן ווער עס וועט זיך וואגן צו לייגן דא עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן עפ"י תורה!
יהיה מי שיהיה.
אין עונשין אלא אם כן מזהירין.
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
נשלח ב-1/8/2005 03:40
ליתר שאת באו החתן והכלה בעצמם על החתום.
קאסמא קרעמער
???
איטס דראדזש אן סאנדעי נייט ווררררררררררררווווווווווום
נשלח ב-1/8/2005 01:43
אזוי ווי איך בין נאך געווען אביסל מידלעך פון די נעכטיגע גרויסארטיגע מלוה מלכה, וואס מיר האבן אזוי שיין פארברענגט אינאיינעם מיט זמירות און סיפורי צדיקים, ממילא האב איך נאכנישט געקענט געבן מיין חתימה ביז יעצט,
לאמיר טאקע אוועקלייגן אלע האמערס און צווענגלעך און אלע קלאפערגעצייג און אויסטוהן די שמוציגע דזשעקעט, און יעצט נעם איך ארויס מיין שיין ציכטיגן פעדער מוקדש ומיוחד לשם היימישע שטותים.
און איך וויל טאקע אויך מוסיף זיין נאך א קליינע נקודה (דו מיינסט דו מוזט אלס מוסיף זיין עפעס קענסט נישט סתם אונטערשרייבן וואס מ'בעט דיר?),
עניוועי איך אלס טובי הקהל בין מסכים אין בין זיך מצטרף צו אלעס אויבענדרמאנטן מודעה.
הק' יואלי גישמאקער
נשלח ב-31/7/2005 22:00
איך בין נישט דא געווען, וואס איז דא פארגעגאנגען עס קוקט אויס גאר אינטערסאנט.
מאך נישט נייגעריג פארצייל.
נשלח ב-31/7/2005 21:51
מ'ווארט יעצט נאר אויף די חתימה פון בן הרחמן. נאכדעם וועט מען עס אריבערשיקן צו די פרינטינג געשעפטן, און פעיסטן אויף אלע גאסען. און אנספרעיען אויף אלע ווינקלן פון גאס.
נשלח ב-31/7/2005 21:49
גם אני מצטרף לדברי הרב הוטקע, און איך וויל אייך פריוואט ווארענען! ווען איינער איז דא פורץ גדר טו איך זיך קאמפליטלי אויס די יענטאאש'ישע הענטשוך! געענדיגט מיט די רואיגקייט און ס'ווערט אויס געלעכטער! מ'דארף אליינס האבן שכל אז די גאנצע בא'טעמ'טקייט וואס אונזער פורם האט, האלט זיך אויף די שכל'דיגע יסודות, און וועם עס געפעלט נישט דא זאל זיך גיין צו אלע רוחות!
געדענקט! ווען איר קומט דא אריין, טוט זיך אויס די זאמדיגע שטיוול און לייגט אראפ די האמער,פאסיק, און שטיינער פון 'חדשות אנ"ש' לייגט אין די זייט די פארשמוצטע דזשעקעט פון ס"מ וכל השאר, נעמט ארויס די שיינע זויבערע פענע פון היימישע שטותים און מיט א רואיגקייט שרייבט דא זאכן פון וואס דער עולם וועט הנאה האבן.
ווען איר שרייבט אין היימישע שטותים איז דא צוויי זאכן צו האלטן פאר א ציל: