בית פורומים היימישע קרעטשמע

אידישע אויסדרוקן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/8/2005 19:39 לינק ישיר 
אידישע אויסדרוקן

אז איך בין שוין יא דאהי, לאמיר אויסנוצן די טייערע צייט מיט עפעס זאכליך.

עס איז דא א טעמע וואס איך האב שוין לאנג געוואלט באארבעטן, און דאס איז: אידישע אויסדרוקן!

איך רעד נישט דא פון: "האק נישט קיין טשייניק" "א יאר מיט א מיטוואך" וכדומה. דאס לאז איך פאר מר. קרעמער און אנדערע מברר צו זיין.

איך וועל מסביר זיין פון וואס איך רעד יא:

מענטשן האבן א נאטור אז ווען מען הערט אן אומגליק ל"ע, אדער ווען מען גייט צו א לוי', מנחם אבל זיין ל"ע, אלעמאל ווען אזא סארט טעמע קומט ארויף אין א שמועס, ענדיגט מען אפ דעם שמועס מיט די פיר ווערטער: "וואס קען מען טאן"?

אז איר וועט עפענען א גמרא מסכת בבא קמא (דף ל"ח ע"א) וועט איר זעהן אזא מעשה:

די גמרא דערציילט: רב שמואל בר יהודה איז אים ליידער אוועקגעגאנגען א טאכטער פון דער וועלט ל"ע, האבן די רבנן געזאגט פאר עולא: "לאמיר גיין מנחם אבל זיין דעם רב שמואל'ן". האט עולא געזאגט: "וואס האב איך צו זוכן ביי א ניחום אבלים פון די בבלי'שע (עולא איז געווען אן ארץ ישראל'דיגער, ער האט נאר גענידערט קיין בבל צו לערנען דארטן תורה), זיי שעלטן דאך ח"ו"!

וואס הייסט?

"זיי זאגען דארטן: וואס קען מען טאן? איז דאך משמע פון דעם אז ווען דו וואלסט עפעס געקענט טאן, וואלסטו דאס געטאן, און די צרה וואלט נישט פאסירט, דאס איז רעכט חירוף וגידוף. ווייל אז די צרה איז געווען אפגעשריבן פון אויבן, קענסטו גארנישט אויפטאן, אפילו דו וועסט טאן און טאן"!

עד כאן די מעשה; פון דא און ווייטער דער וואונדער: פארוואס נאך אכצן הונדערט יאר פון ווען די גמרא איז געשריבן געווארן פירן מיר זיך נאך אלץ צו זאגען: "וואס קען מען טאן"?

++

עס איז דא אן אויסדרוק ביי מענטשן (דערווייל האב איך עס נאכנישט געהערט ביי אידן ב"ה) ווען מען פרעגט זיי: וויאזוי זענט איר? ענטפערן זיי: בעסער ווי עס קומט זיך מיר! אין ענגליש: BETTER THEN I DESERVE

לכאורה איז דאס נישט קיין אויסגעהאלטענער ענטפער!

די גמרא זאגט אין מסכת ברכות (י"ט ע"א) ווען א מענטש איז מצדיק עליו את הדין (ער זאגט די ברכה פון דיין האמת) זאל ער אויך זאגען דעם נוסח: רבונו של עולם, איך האב אסאך געזינדיגט פאר דיר, און דו האסט מיר נישט באצאלט דערויף אפילו איינס פון טויזענט קעגן מיינע זינד וכו'.

זאגט אבער די גמרא גלייך נאכדעם: ניין! א מענטש זאל נישט אזוי רעדן! ווייל "לעולם אל יפתח אדם פיו לשטן", דאס מיינט: א מענטש טאר נישט ארויסרעדן א ווארט פון זיין מויל וואס דער שטן זאל זיך קענען ארויפכאפן דערויף און זאגען "קוק, דער מענטש אליין זאגט אז מען ברויך אים נאך שטראפן"!

די זעלבע סארט שמועס געפונען מיר אויף מערערע פלעצער אין חז"ל, אז מענטשן האבן זיך ארויסגעכאפט ווערטער פון זייער מויל, און זיי האבן נישט גוט אפגעשניטען דערויף, ווי עס שטייט: ברית כרותה לשפתים! א בונד איז געשניטן געווארן אויף די לעפצן פון א מענטש, אז וואס ער רעדט ארויס אויף זיך, סיי גוטס און סיי שלעכטס, קען מקוים ווערן.

יעצט ווען א מענטש זאגט אז עס גייט אים "צו" גוט, און עס איז אים "בעסער ווי עס קומט זיך אים", מיינט דאך דאס אין אנדערע ווערטער אז ער איז צופרידן מיט ווייניגער פון וואס ער האט. דארף מען דאך מורא האבן אז מען וועט אים פון הימל טאקע צונעמען דאס וואס ער האט יא!

אין קורצן: א מענטש ברויך זייער אכטונג געבן אויף די ווערטער וואס גייען ארויס פון זיין מויל! די וועלט זאגט: די גרעסטע שונא פונעם מענטש קען אמאל זיין זיין אייגענע צינג!

++

נאך איין קלייניגקייט (וואס עס קען זיין אז מיט דעם בין איך נישט גערעכט).

ביי לויות רח"ל הערט מען אסאך מאל ווי די מספידים ענדיגן מיט דעם:

זאל שוין דאס זיין דער לעצטער קרבן, עליה השלם כל הקרבנות כולם.

ווען איך הער די ווערטער (און איך הער עס אפילו פון די גרעסטע רבנים און תלמידי חכמים) לויפט מיר אדורך א סקרוך אין די ביינער!

וואס איז די אפטייטש פון עליה השלם כל הקרבנות כולם? דאס מיינט דאך אז אויף דעם זאל מען "אנהייבן" מקריב זיין אלע קרבנות, אפשר נישט?

דער פסוק "והקטיר עליה חלבי השלמים" שטייט דאך ביי די קרבן תמיד וואס מען איז מקריב אינדערפרי, און די גמרא דרש'נט פון דעם ווארט "עליה" אז אויף דעם תמיד פון צופרי (דאס הייסט: און נישט פארדעם) זאל מען מקריב זיין אלע קרבנות פונעם טאג!

איך וויל אפילו נישט מסביר זיין וואס די אפטייטש פון זייערע אומשולדיגע ווערטער קענען באדייטן - רחמנא ליצלן!

אבער - אזוי ווי איך האב מקדים געווען - עס קען זיין אז איך בין נישט גערעכט מיט דעם, קען זיין אז די רבנים און תלמידי חכמים ווייסן יא וואס זיי טוען און זאגען, אבער איך מוטשע זיך שוין מיט דעם א לענגערע צייט.

לאמיר הערן וואס איר האט צוצוגעבן אדער אראפצונעמען.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2005 23:34 לינק ישיר 

א מעמבער אין אונזער קהלה און אויף אזויפיל נישט צו וויסן?

איינע פון די לעצטע דעראשעס פון רעבע הוטקע זייכערצאדיק - און עס קען אנגענומען ווערן ווי א צוואה - איז געווען אז מ'זאל עס מער נישט זאגן, ווי ער האט געשריבן פריער אין אונזער געהענגעל (עשקל - אשכול) וזלש"ק:

בנוגע די ענין פון "עליה השלם"... עס איז אן עם הארצות, און מען ברויך נזהר זיין נישט צו זאגען אזוי. עכל"ק.

נא וואס האסטע געוואלט, מצוה לקיים דברי המת.




תוקן על ידי - זארעכפעפער - 07/08/2005 23:38:42



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2005 23:25 לינק ישיר 


יעצט אז הוטקה נבג"מ איז מער נישטא קען איך שוין פרעגן,
וואו האט עמיצער געהערט אמאל אזא אויסדריק ביי א לוי', עליה השלם כל הקרבנות כולם?!

איך האב עס נאך אין מיין לעבן נישט געהערט!...

אפילו ביי הוטקהס לוי' האט עס קיינער נישט דערמאנט...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2005 16:44 לינק ישיר 

גירעכט ר' הוטקע
איך פרעג מיין ווייב היינט צופרי, זי זאל מיר זאגען וויאזוי קען מען בכלל אריין רופען 311? רוב אפערעטערס זענען שחורים אדער אזעלכע וואס וועלען קיינמאל נישט פארשטיין וואס מען רעדט צו זיי איבער די ענינים, זיי וועלען שיקען די child abuse police צו דיר אהיים אויב די קאלסט זיי זאגען "ביטע בעט דעם מעיאר זאל לאזען.....
מאך צו די אויגען און שטעל זיך פאר וויאזוי אזא שמועס קען צוגיין פון דיר מיט'ן שחור'טע אויף יענעם זייט טרייבעל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2005 06:43 לינק ישיר 

איר ווילט הערן מיין עניית הדעת?

איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס טעלעפאנישע רופן וועלן אויפטאן.

מיט מיין קליינעם שכל זעה איך אז עס וועט סתם באלעסטיגן דעם איבערגעשטרענגן 311 סיסטעם, און די אפערעיטער'ס וועלן זיך אויפרעגן אויף די פולצאליגע טעלעפאנישע רופן פון בחורים און קינדער וואס וועלן פרובירן שטאמלען "פליעז דאונט מעיק מעציצע בעפע"...

אויב ווילן זיי מען זאל עפעס אויפטאן דורך רופן, וואלטן זיי געדארפט ארויסגעבן א נוסח בערך וויאזוי מען זאל רעדן צו זיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 06:06 לינק ישיר 

איך וויל פרעגען א שאלה, איך מיין עס באלאנגט צו דעם אשכול.
די גאסען זענען פיל אז מען זאל רופען דעם מעיאר'ס אפיס וועגען מציצה בפה. זיי פארשטייען דאך נאר ענגליש. וואס זאג איך? וויאזוי דרוק איך זיך אויס און ענגליש? קען מיר איינער פארשרייבען אפאר שורות אין די ענגלישע דזשארגאן? ביטע! איך וויל באמת רופען 311
איך מיין עס זייער ערענסט נישט ח"ו ליצנות.

תוקן על ידי - נאטורליך - 05/08/2005 6:06:23



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2005 06:18 לינק ישיר 

חס ושלום, אדרבה, געבט אייך אויס דא אויפן פורום, ווי איידער אויף די אומשולדיגע ווייב און קינדער...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 06:04 לינק ישיר 

עה איך האב נישט געמיינט דיך
איך א נאקשן?
מיין באלעבאס אין דזשאב האלט מיר אין איין זאגן, א גאנצן טאג, ווי גיט און נאכגעביג איך בין.
איך ארבעט און ארבעט שוין פאר אים וואכן לאנג און באצאלט האט ער מיר א מאקע, אבער נישט סתם נאר א זעלכע מאקעס געדוילעס צום געדענקען, און גארנישט... איך קום ווי א גוט "נאכגעביג" קינד יעדן טאג נאכאמאל אריין צו דער ארבעט, און דא קומטסטו מיך פרעגן צו איך בין א ריע"ל נאקשן אין לייו"ו,

נא פרעג איך דיך נאך אזא "נאכגעביג" טאג פון זיין ביי די ארבעט דארף מען נישט זיין קיין עקשן ערגעץ אנדערש?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 05:38 לינק ישיר 

זרח'ל;

נישט יעדע געשריבענע ווארט מיינט "דיך" פערזענליך, לאז עפעס איבער פאר אנדערע...

אגב, איך הייב נישט אן צו כאפן פארוואס דו האסט געמיינט אז דו ביסט אין חדשות אנ"ש? האסטו געכאפט א שניי טאבע אין קאפ אריין? האט דיר איינער געשטויסן אין איינע פון די מ"ב מסעות וואס מען גייט מארגן ליינען?

אויב ביסטו יא געטשעפעט געווארן, וויל איך דיר איבערבעטן ברבים, ומודה ועוזב ירוחם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 04:01 לינק ישיר 

זרח נאר נישט נעמען צום הארצען מיר האבען דיך זייער ליעב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2005 03:51 לינק ישיר 

אוי ווי בין איך... וועלכן פארעם ליין איך...? אפשר חדשות אנש?
אה ניין... אין אונזער באליבטע קהלה... איי וואס דען? גיי פארשטיי

צום ענין, טאנע בעכיטין וועהוידע לעזייכער קאדשע.
טאנע בכיטין: איך האב נאר מגיב געווען אויף צוויי זאכן, אויף "עליה השלם" און אויף "אל תפתח פה", און אויף דעם האב איך געענטפערט נארמאל.
וועהוידע לעזייכער קאדשע: די איבריגע שאלות פון שעלטן, הבדלה, בארד וכו', בין איך אלס געווען נייטראל אין זיך נישט געמישט אין די מחלוקת.
ס"א פלי"ז ווא"ט ד"א י"א וואנ"ט פרא"ם מ"י



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 03:21 לינק ישיר 

זרח'ל דו געבסט נישט אויף... ביסטו אין ריעל לייף אויך א נאקשען?

הער אויס. איך האב היינט בהשגחה פרטיות באקומען א טעלעפאנישן רוף פון מיין "ספרים שאנק", א ידיד וועמען איך פרעג געווענליך אן אלע מיינע זאכען. און דאס איז וואס ער האט מיר צוגעצייכנט:

יורה דעה סי' שע"ו טורי זהב סק"א

דער רמ"א ברענגט דארט אראפ דאס ענין פון מאי אפשר למיעבד, אז מען טאר דאס נישט זאגען, אבער דער מהרש"ל ברענגט אז מען מעג יא, אבער דער טורי זהב פרעגט אים אפ, עיין שם.

ער האט מיר אויך געזאגט אז דאס וואס מען זאגט אז פרויען זאלן נישט טרינקן הבדלה וויין, שטייט אין של"ה הקדוש (אבער דאס אז עס קען וואקסן א בארד איז א שטות והבל).

מיר האבן ארומגערעדט באריכות וועגן פרויען וואס פאסטן נישט אום תשעה באב (עוברות אדער מיניקות) וואס מען זאל טאן, ווייל הבדלה מוז מען מאכן, אבער אויף וויין טאר מען נישט, צוליב דעם וואס מען טאר אום תשעה באב ח"ו נישט טרינקן קיין וויין (אפילו די ניין טעג טאר מען נישט), אבער די דיינים זאגען אז מען זאל מאכן הבדלה אויף קאווע.

בנוגע די ענין פון "עליה השלם" האט ער זיך גע'טענה'ט מיט מיר, אבער צום סוף האט ער מודה געווען אז עס איז אן עם הארצות, און מען ברויך נזהר זיין נישט צו זאגען אזוי.

איבער די ענין פון אל תפתח שה לפטן (אזוי רופט ער עס אן, כדאי שלא לפתוח פה לשטן) האבן מיר נישט גערעדט ביי דעם יעצטיגן געשפרעך, אבער אויף דעם האב איך אליין א גאנצע שמועס, ועוד חזון למועד (נאכדעם וואס איך וועל פארטיגן אלע אנדערע "עוד חזון למועד" זאכען וואס איך בין נאך שולדיג).

הוטקע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 01:13 לינק ישיר 

א"כ ר הוטקע

שוין ס'שוין נאך פינעווע, אווע"ר טיי"ם האלט איך נישט ביים ארבעטן, קוים וואס ער באצאלט דאס ס'קומטצעך מיר...

קודם שערקויעך פארן מוחל זיין.

נאכדעם, לאמער אריינגיין אין אונזער בעסמעדרעש און דיר מסביר זיין מיין 'ברוך השם', יא איינמינוט, לאמעך קודם נעמען נאך א קאווע ס'דאך אומזינסט.

שוין, איז אזוי, לאמער אנהייבן פונעם מקור:
די גמרא פון לעולם אל יפתח אדם פה לשטן געפונען מיר אין ש"ס עטליכע מאל, ביי די אלע פעלער וואו די גמרא ברענגט עס אראפ, רעדט מען אלס אז דער מענטש זאגט - אין א זמן ווען ס'איז דא א התגברות הדין - אזעלכע זאכן וואס זענען מעורר דעם מדת הדין, אדער אז ער זאגט ארויס 'קלאר מיטן מויל' אזעלכע סארט דיבורים וואס זענען מעורר דעם דין (ווי למשל ער דערמאנט זיינע חטאים און באלד דערויף זאגט ער יה"ר תהא מתתי כפרתי), אבער סתם ווען איינער פרעגט וואס מאכט איר, נישט אין א שעת הדין, און מ'ענטפערט ב"ה בעסער ווי ס'קומט זיך מיר, האט מען מיט דעם גארנישט מעורר געווען דעם מדת הדין, נאר אדרבה ער דאנקט ג-ט אז ער האט אים גיגעבן מער ווי גערישט.

בדרך אגב, עס איז לעצטענס ארויסגעקומען א ספר מיט'ן נאמען "לברכה ולא לקללה", איך מיין אז עס איז געשטעלט ספעציעל אויף די ענינים, כ'אב עס נאכנישט באטראכט נאר געזען אין געשעפט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2005 22:58 לינק ישיר 

ויאמר הוטקע סלחתי כדבריך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2005 22:55 לינק ישיר 

אוי אוי נישט אזוי שארף
כ'אב כאסוועשאלעם נישט געמיינט פוגע צו זיין בכבודו פונעם מייסד ונשיא הפורעם, כ'אב נאר געפרעגט כתלמיד הדן בפני
ביטע פארגעב מיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2005 22:41 לינק ישיר 

לאמיר דיר מגלה דעת זיין...

היימישע שטותים איז "מיין" פורום, מיט "מיין" מיין איך נישט צו זאגען אז קיינער קען נישט דא שרייבן... נע, פונקט פארקערט, יעדער איז וועלקאם און יעדער זאל שרייבן!

נאר וואס דען? איך מיין צו זאגען, אז וואס עס ליגט מיר אויפן הארץ און אין קאפ פראק איך דא אויס, זאל דאס זיין תורה אדער עבודה אדער להבדיל היימישע שטותים, פארשטאנען?

פארוואס פאשן אין פרעמדע פעלדער ווען די אייגענע גראז איז אסאך בא'טעמ'טער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > אידישע אויסדרוקן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext