|
|
| נשלח ב-4/8/2005 02:09 |
|
| |
אפגע'הרג'עט א גוטן ווערטל..........
ווי מען גייט און שטייט איז מען ביזי מיט די אסטראנאנטן וואס דרייען זיך אין דער הייעך העכער אונזערע קעפ, האב איך זיך נאטורליך דערמאנט פון נאך מענטשן וואס פליען אין די לבנה אריין, נעמליך 'חתן כלה' גראד נאך די חתונה, און אז איך האב זיך דערמאנט פון חתן כלה אין די שבע ברכות האב איך זיך דערמאנט אין א גוטן און אמת'ן ווערטל וואס מען זאגט נאך פון ראפשיצער רב, איר האט שוין אודאי געהערט דעם ווערטל, אז ער האט אמאל געטראפן א חתן אינמיטן די שבע ברכות האט ער אים געזאגט 'איך בין נישט דיינס!', ווייל א חתן אין די שבע ברכות מיינט אז די גאנצע וועלט איז זיינס.........
דער ווערטל וועפט שוין היינט פון אזויפיל געניצט ווערן, אבער דער אמת איז אז דאס איז אן אמת און געשמאקער ווערטל, און וואס איז נעבעך דער ווערטל שולדיג אז יעדער עלטערער מענטש -מיט אן ארויפגעדרייטן צעקניפטן בארד מיט די פיאות צוזאמגעדרייט מיט א פעסטקייט אויפן אויער צאמציענדיג איר ווי א פארמאכטן רויז- מיינט אז ער מוז צוגיין זאגן דעם ווערטל -וואס ער אליין האט נאך געהערט פון ר' חיי-מענדל כמה פעמים- פאר יעדן חתן וואס דאווענט אין זיין שול צעלאכנדיג זיך מיט א גרעבציגן געלעכטער ארויסווייזנדיג דערביי די געלע ציין וואס ליגן אים פארשטעקט אונטער די לאנגע שטעכיגע שנוינצן.....
וואס איז נעבעך דער ווערטל שולדיג אז יעדער אפגעריסענער פעטער וואס האלט זיך פאר א בדחן מיינט אז ער מוז זיך ביי יעדע קאזינס שבע ברכות אויפשטעלן מיט זיין גרעביגן בויך און דיקע פיס מיט זיין צאמגעקנייטשטן גאלדענע בארד מיט די רינדיגע ברילן אויף זיין צעקוועטשטן נאז און אנהייבן מיט דייקא דעם ווערטל קוקנדיג דערביי אויפן חתן און הנאה האבנדיג אז ער שמייכלט נישט כאפנדיג אז דער חתן שמייכלט גארנישט פון זיין וויץ נאר ער לאכט שוין מיט א זיבלדיגן שמייכל א גאנצע וואך טראכטנדיג פון זיין גוטן גורל אז ער האט חתונה געהאט מיט זיין מעכטיגע כלה אין וועם ער האט נאר געזען די מעלות ביז איצט נישט כאפנדיג אז די חסרונות רוען נאר איצטערט איין ווי די שטילקייט פארן שטורעם......
וואס איז נעבעך דער ווערטל שולדיג אז יעדער זיידע מיינט אז בעת ער זיצט לעבן חתן ביי די שבע ברכות מוז ער איבערזאגן דעם וויץ פארן אייניקל מיט זיין שטילע קראצעדיגע הייזעריג-קוויטשעדיגע שטימע דערביי גלעטנדיג די געלע בארד מיט די ציטערדיגע האנט זיינע און שמייכלענדיג צו דעם צד השני'דיגן זיידן מיט א זיידע'אישן -אין היטלער נקמה'דיגן- שמייכל.........
שוין וואס קען מען טאן?, די חברה האבן אפגע'הרג'עט א גוטן ווערטל...........
תוקן על ידי - יענטאאש - 04/08/2005 2:10:50
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 01:03 |
|
| |
אסאך פון דו זשאוקס קען מען טרעפן ביי דו זיידישע זשאוקס עיי"ש ותמצא נחת.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 01:01 |
|
| |
איז דאס נישט די זעלבע סארט טעמע ווי 'זיידישע דזשאוקס'? למשל: האסט שיער נישט צובראכן די פלאר...?
לאמיר פרובירן זיך דערמאנען אזא סארט ווערטל... עממ.. איין מינוט... נו... וואס איז מיט מיר יעצט געשען??? אפשר בין איך שוין הונגעריג? נו, האלאו, הער נאר, ברענג אריין די פארציאן...
אקעי, איך בין יעצט "ביזי אוכלין", איך וועל באלד שרייבן ווייטער.
או הא! א וועפערישע דזשאוק "ביזי אוכלין"...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 00:33 |
|
| |
איך ברענג ארויף דעם אשכול צום אויבערפלאך.
לאמיר דוסקוטירן נאך אזאנע אלטע, אפגעוועטשטע, אפגענוצטע, וועפיגע א.א.וו.'טערדיגע ווערטלעך, וועלכע ווערן אממייסטנס גענוצט פון די אויבנדערמאנטע סטיל אידן.
און כדי עס זאל זיין א 'דבר נאה ומפוקל' וועלן מיר געבן דעם אשכול א צו-נאמען:
וועפיגע ווערטלעך - זכרונות
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|