עס דרייען זיך ארום ערנסטע קלאנגען אז א פרוי האט זיך גענומען מאכן מאדנע און אומקאנטראלירטע באוועגונגען ווי אויך אינטערעסאנטע שרעקעוודיגע מענערישע קולות , ענליך צו הוטקע .....!!
פון האלבעטע שמועות הערט מען אז די פרוי האט אנגערירט א פלאש הייניקן אין א ביר געשעפט זינט דעמאלט איז זי געווארן ווי נישט זי..!! גלייך ארויס אנע באצאלן און אויסגעזאפט די באטל אויפן גאס אנע ברכה...!! און געשריגן אויף אלע פרויען מיט א מענערישע שטימע!!!
די משפחה האט זיך פרובירט מטפל זיין מיט איר און אויסגעפרעגט פון די שטימע פארשידענע פראגן, וואס האט נאר געענפערט אויף געציילטע זאכן ווי אויך אזעלכע מאדנע געשרייען ווי. ... ווע... ווע... !!!! ... איך דארף נאך.!! ווע.. לי... בי...!! ווע... לי... בי....!! איך דארף נאך ביר....!!! ס'יז געווען דראמאטיש צו צוקוקן ווי בזמנינו געשעהן נאך אזעלכע הויכע ענינים!
ידידים האבן זיך גלייך געוואנדן צו די מקובלים און חאכאמים ווי דער באקאנטער הרב בצרי וואס האט פארטריבן נישט לאנג צוריק דעם פנחס בן סופי. עס איז צום ערווארטן א הברחת הדיבוק אין די נאנטע טעג. האלט אייך געשפאנט!
אוי הוטקע! הוטקע'לע זיסער! אין דיינע צייטן וואלט מען געגאנגען צו דיר ארויסטרייבן א דיבוק!... און היצטעט אזא בראך!.... מי ירפא לנו את שברינו!?....(דא צעוויין איך מיך...)
ווער עס האט מער איינצעלהייטן זאל מודיע זיין, איך האב נישט אויספיעט צו הערן אלע דעטאלן פון דעם קעיס.