בית פורומים היימישע קרעטשמע

קהל מציצה בפה אין פארט לי ניו דזערסי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/8/2005 18:48 לינק ישיר 
קהל מציצה בפה אין פארט לי ניו דזערסי

דא איז דא איינער בדיעבד, איינצונגס דרשה וואס פאסט פאר הוטקע אדער קרעמער
בוט סאיז נישט משנה עס איז גוט



אין ליכט פון די ערווארטעטע אורטייל פון די נ.י. סיטי העלט דעפערטמענט איבער מציצה בפה, וואו די מאדערנע ארטאדאקסן (אזא פאראדאקס..) וועלן גאנץ באשטומט אפהאלטן א זיג איבער די אולטרא ארטאדאקסן, האבן איך באשלאסן צו מקדים זיין די רפאוה.

ווען איר האלט ביים אפרעכטן א ברית מילה, און נישט די ברית חדשה... אבער איר זענט געצוימט מכח די העלט דעפ., זארגט נישט, האלט פאר די אויגן אז "בדעבד" האט נארוואס געגרינדעט א ביהמ"ד אין פארט לי, נוי זשורסי, אינדרויסן פון די סיטי יוריסדיקציע.

תיכף נאכן גורג וואשינגטאן בריק, א 15 מוניט דרייוו אויפן עף. די. אייר. האט איר א שול מיוחד פאר ברית'ן!

איך זיך נאך א נאמען פאר די קהילה, גולשים: ביטע ארויסהלפן.


דא האט איר א טייל פון מיין איינצוגס דרשה, געזאגט מעוטף בטלית הארט נעבן א שפאגל נייע כסה של אליהו, בשעת מיין מויל איז מלוכלוך מיט דם ברית כל"ח(עיון בכוונת לר"ה):




...מ'קען אפשר זאגן פשט, מ'זאגט "כשם שנכנס לברית כן יכנס...ולחופה...

די גמרא אין ברכות זאגט במערבא, כי נסיב אינש אתתא - אמרי ליה הכי: "מצא או מוצא"?

קען זיין, עס גייט ארויף אויף אונזער זמן, וואו מ'וועט נעבעך פאר א שידוך זיך מוזן נאכפרעגן צו דער חתן האט געהאט אן אויסגעהאלטנע ברית וועט מען פרעגן מָצה - האט מען געזויגן אדער מוציא - מ'האט דאס בלויז ארויסגענימען!

און דער חידוש איז: במערבא! אין די מערב וועלט ווי עס הערשט מכלומר א "פרידאם אף רעליגיע", דארט וועט עס צוקומען צו אזא מצב.

דאס איז פשט, כשם שנכנס לברית -לויט דער אופן הברית, יכנס לחופה - אזא שידוך וועט ער טוהן!....



די לעצטע שורות זיינען געזאגט געווארן מיט א קול בוכים ממש

דער עולם איז זיך צוגיינגן מיט א פעסטע החלטה
בדעבד
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1516520



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-15/8/2005 20:14 לינק ישיר 

עס קען זיין אז דער יארמער רב אליין זאגט דאס נאך בשם החת"ס. איך האב נאר געוואלט זיין א אומר דבר בשם אומרו...,
איך האב דאס געהערט בשם יארמער רב

בכל אופן א יש"כ.

תוקן על ידי - זארעכפעפער - 15/08/2005 20:19:31



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2005 20:07 לינק ישיר 

זרח'ל;

דער ווארט שטאמט פונעם הייליגן חתם סופר! ער האט דאס געזאגט לגבי חידושי תורה: איר מעגט נאכזאגען מיינע תורות אין אייער נאמען, אבער בשום אופן זאלט איר נאכזאגן אייערע תורות אין מיין נאמען.

והדברים ידועים.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/8/2005 19:07 לינק ישיר 

נא, לשי' היארמער רב שטימט דאך אלעס.

דער יארמער רב זאגט כסדר:
מיינע ווערטלעך אין אייער נאמען, קענט איר גערן זאגן, פארוואס דען נישט? דער ציל איז דאך אז יודן זאלן הנאה האבן...

אבער אייערע ווערטלעך אין מיין נאמען, דאס שוין נישט! ווייל עס האט אייער פנים...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2005 18:10 לינק ישיר 

דאס איז א לכתחילה'דיג גוט ווארט - ר' בדעבד!

איך האב אנדערש געהערט: האומר דבר בשם אומרו מביא גיחוך לעולם.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/8/2005 18:05 לינק ישיר 

גינגאלד: ישר פאר דיין פאזיטיווע בליק אויף מיין דרשה.

די אשכול איז ספעציעל פאסיג אין די דאזיגע ת"ב סעזאן, ווארום האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם


ווי איך האב אמאל געהערט פשט:

האומר דבר בשם אומרו, דער האט דאך געהאט אלע ברירות צו זאגן דאס גוט ווערטעל אין "זיין" נאמען, דאך זאגט ער דאס נאך אין "יענעמס" נאמען? דער איז א פשוט'ע אייזל, און איז דעריבער פאסיג צו ברענגן משיח'ן אויף זיך....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/8/2005 06:51 לינק ישיר 

איך האב שוין עטליכע מאל געבעטן רשות צו שרייבן דארטן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/8/2005 18:53 לינק ישיר 

bengold

איך פארשטיי דיר נישט, האסט אליין געשריבן אמאל אז מיר אלע ליינען חדשות אנ"ש, פארוואס פעלט אויס אהערצוברענגען זאכען פון דארט?

האסטו אמאל פרובירט אהינלייגן אן אשכול פון דא?

גוט שבת, און גרינגן תענית



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > קהל מציצה בפה אין פארט לי ניו דזערסי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext