בית פורומים היימישע קרעטשמע

איך אטעם אפּ...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/8/2005 05:43 לינק ישיר 
איך אטעם אפּ...

איך אטעם אפּ...

כחלום יעוף, דער זייגער ריקט זיך מיט א שנעלקייט, רעכנט זיך גארנישט מיט מיין נערוועזקייט און אנגעצויגנקייט, און... און... ס... ס... ס'שטייט שוין ביים שוועל דער שרעקליכער מאנענט וואס איך דארף זיין דער 'שעיר לעזאזל' און זיך אויפשטעלן דרש'נען צום ערשטן מאל אין מיין לעבן. אוי באשערפער זיסער, טאטע אין הימל, וואס זאג איך? איך בין דאך דא א נייער, איך קען דאך נאכנישט אזוי גוט דעם גאנצן עולם?

...א גאסט אויף א ווייל זעט דאך א מייל...
האב איך פראבירט מיט מיינע שארפע אויגן צו זען און קוקן פונדערווייטנס, פון א מייל אוועק, (איך האב זיך 'נאטורליך' אויפגעשטעלט אויף א מילך קעסטל און פראבירט צו קוקן די ווייטסטע וואס נאר מעגליך...), און אז מ'קוקט גוט - פארשטייט זיך - זעט מען... אויך האב איך זיך פראבירט אנצישפיצן מיינע אויערן ביי די 'געשמאקע' פארברענגען די לעצטע פאר טאג דא אין קרעמל, (פארשטייט זיך כ'האבעס געמאכט אזוי כיטריש... כ'האב זיך גענומען א ספר און זיך געמאכט ווי איך לערן...), אפשר אזוי וועל איך עפעס אויפכאפן פון וואס צו רעדן. אויך פארגעס איך נישט צוציגיין פון צייט צו כאפן א בליק אין די בולעטין'ס פון די קהלה, אפשר פון דארט וועל איך עפעס נאשן. און אז מ'מיינט עס אמת'דיג (הא... נעבעך... ער מיינט עס נעבעך עמעסדיג...) העלפט דער פון אויבן, און נישט נאר סתם אזוי נאר מיט א איבערפלוס. איך האב שוין געזען און געהערט צופיל... איך האב שוין געזען מער ווי א מייל. (ווער האט דער געהייסן זיין א כאכעם און זיך אויפשטעלן אויפן קעסטל? נעקסטיים זיי נישט אזא אויבער חכם וועסטו נישט זען וואס דו מיזט נישט...).

איך טראכט צו מיר אזוי, "מרבה נכסים מרבה דאגה". הא... האסט שוין סכוירע... האסט שוין שטאף... יעצט הויבט זיך הערשט אן דאס ריכטיגע... זאל איך מיך נעמען רעדן פון אלעם וועס כ'האב געזען און געהערט? יכלה הזמן והם לא יכלו, ווער האט דען געדולד צו דיינע נער'ישע לאנגע דעראשעס, רעד קורץ און שארף און צום פוינט. נא, גיי וועיל אויס פון אזויפיל שטאף וועלעכס יא און וועלכעס נישט. מיט וועלעכס הויב איך אן מיט וועלעכס ענדיג איך. אקעי, ס'נישט דא קיין סאך צייט צו טראכטן, פאס שנעלע באשלוסינגען ווייל דער זייגער רוקט זיך.

איך נעם שנעל מיין נאט באק, איך הויב מיך אן צו קאנצעטרירן און אפשרייבן די ראשע פרקעמ. אוי, איך פארגעס, איך האב דאך מודיע געווען צערי לרבים, איך האב דאך אנגעפרעגט דעם עולם זייער מיינונג בנוגע די דרשה, לאמיר גיין געבן א בליק פאר איך הויב אן עפעס צו טאן. יא, איינער זאגט לערנען, דער צווייטער זאגט צניעות פאר פרויען, דער ערשטער זאגט וועגן אשר קרך..., דער דריטער זאגט - דאס וויכטיגסטע - אז עס וואלט כדי געווען מעורר צו זיין וועגן די "אידישע כללים..." די גרונדפרינציפן פונעם אידישן פאלק, און אזוי ווייטער זה בכה וזה בכה.

אוי רבותי, מיינע באליבטע חברים, איך קען אייך גארנישט אפ-משל'ען דאס וואס איך בין דורך. די הענט ציטערט (האב נישט אזוי מורא! ציטער שוין נישט אזויפיל! יא, מיין טייערער ס'איז א 'נאטורליכער' ציטער פון "אימתא דציבורא"), דער גערודער פון מיינע פוס קלאפערייען הערן זיך אינעם גאנצן צימער, איך גרייט מיך... איך גרייט מיך... צו אפשרייבן די קורצע דרשה מיינע.

בופסס... איך קען נישט די האנט ציטערט מיר פאר שרעק. נא וואס טוט מען? גוט, מה שיביא הזמן לא יביא השכל, עפעס וועט מיר שוין אונטערקומען. ס'דאך פארט חמשה עשר באב. יא און שיר פארגעסן, מ'שטיי מיר דאך נאך אין די שלושים פון רבי'ן ז"ל, עפעס וועט זיך שוין מאכן.

נא לאמיר זען וואס איך קען עפעס מאכן פון דעם גרויסן חומר וואס כ'האב שוין ענדליך אנגעזאמלט. איך בין זיך מסדר די מעלות פון איין זייט, די פירצה'ס פון די אנדערע זייט, דערנאך די מוסר- די ביטערע שטראף רייד, די ביטערע עונשים וואס מיר גייען דורך די לעצטערע צייטן, שבר על שבר, קוים וואס מ'האט זיך בארואיגט פון איין צרה שטייט שוין ליידער די צווייטע צרה ביי די טיר ואין איש שם על לב, דער שורש פון די אלע פראבלעמען און דערנאך די דברי חיזוק. און אז איך וועל האבן דעם גאנצן פיקטשער פאר מיר, וועל איך שוין דערנאך צופעטשן עפעס מאמרי חז"ל, אזוי אז ס'זאל גיין א רויעך, ווי דער סדר איז.

איז אזוי, קודם די מעלות:
אוי... אזא איידעלע קהלה... אוי... ס'נישטא איר גלייכנס אין גאנצן כדור הפארק...

* שנאת חנם באל יראעה ובאל ימאצע. מחלוקת מאן דעכאר שעמיי, פאר דעם אליין קענען מיר שוין זאגן אז מיר האבן אפשר צוגעלייגט א פרישן ציגעל צום בנין בית המקדש, וועלכע איז נעבעך פראברענט געווארן נאר פאר דעם איינעם חטא פון שנאת חנם.

* שבתי וראיתי אז אזעלכע בעלי גמילת חסדים ממש אין בדומה להם. (נא אוודאי א גרויסע חכמה, אז די אנפירער פון די קהלה זענען א משפחה פון בעלי 'רחמנים, סיי דער טאטע און סיי דער זון', איז דען א הוה אמינא צו ערווארטן עפעס אנדערש). אדרבה, גייט ארויס און קוקט אייך אום, ווי איז נאך דא אזא קהלה דא אין פארק וואס א גאנצן טאג איז דא ציגעשטעלט פארן עולם קאווע צו טרינקען, מיט צוקער אן ציקער א.א.וו.

* אה! אזא חשובע קהלה... דוכט זיך אז אפי' ריכטיגע צדיקים קומען נישט צו צי זייער מדריגה'ס, ווי חכז"ל לערנען אונז במקום שבעלי...

* מיר פארמאגן תלמידי חכמים, וואס פון צייט צו צייט ברענגען זיי אויף שיינע אינטערסאנטע תורה'דיגע שמועסן און געדאנקען, מ'קען זאגן אין דוגמתו.
און מער ווי אלעם אזעלכע געלונגענע מענטשן, שרייבער'ס, ידענים, כאזאנעם, רעדנערס, שפראכן קענערס, אלסווייסערס און וואס נישט, אפי' תיקון חצות יודן און אפילו קנאים האמער אויך.

שוין די פערצעס:
* בערד אין די גמאָרעס...
* מ'פארהארגעט ווערטליך פון פריערדיגע צדיקים...
* קומען מער צייטלעך און מער אפטער אין בעסמעדרעש אריין...
* צניעות...
* נישט ווערן פארפאלן און זיך לאזן אפקילן פון א התעוררת תשובה...
* דער עולם זאל זיך פירן (נישט נאר ביים שרייבן נאר אויך אין אלגעמיין) לויט די כלליותדי'גע "אידישע כללים"...
* און דער גרעסטער בראך פון אלעם איז... אז... ס'שטונקט נאך דא און דארט, און פון צייט צו צייט, פון אלטע שמוץ...

(דא איז מיר אויך אדורכגעלאפן א געדאנק צי איך זאל אויך אויפברענגען די אלוועלטליכע אנגעווייטאגטע אידישע פירצה פון "מויסטשעקיארס?. אבער עה!... ס'בלאנגט נישט אהער, דאס איז דאך א אינטערנאציאנאלער אידישער פראבלעם, איך וועל דאס לאזן פאר אנדערע רבנים, איך וועל מיך נאר קאנצעטרירן אויף די פראבלעמען פון אונזער קהלה...)

די שטראף רייד
אוי! מה נאמר ומה נדבר, מ'רייסט פון אונז שטיקער און מיר שטייען אזוי גלייכגילטיג, מיר זענען נישטאמאל ווי די נערנים וואס הויבן ערשט אן צו פארשטיין דעם וואונק פון אויבן נאך צען מאל זאגן... וויפיל נאך דארף מען אונז זאגן אז מ'זאל מיר פארשטיין דעם וואונק, אוי לאמיר זיך נישט ארומדרייען מיט אזא געפאפטן טאמעוואטישן פנים כאילו מ'שטיינס געזאגט ס'מיינט נישט מיך (דא וועל איך בקיצור מאריך זיין)

די עצה ודברי חיזוק
לאמיר שוין אויפהערן צו זינגען דעם שיינעם ניגון פון: רבותי טוט תשובה... לאמיר תשובה טון... תשובה... תשובה..., תשובה איז נישט קיין סאנג! תשובה איז נישט קיין אידישע פאלקס הימנע וואס דארף געזונגען ווערן ווען מ'דערזעט זיך מיט צרות אונטער די נאז, דאס איז עפעס אזא מין סארט זאך וואס דארף געטון ווערן, לאמיר דאס שוין איינמאל פאר אלעמאל טון למעשה אן קיין געפאפטע מעשיות. דא פלאן איך פארצושלאגן א "סיסטעם ריסטאר" פאר די קהלה... כ'על שוין דערנאך פעטשן עפעס אפאר זאפטיגע מאמרים און געשמאקע הומאריסטישע ווערטלעך.

**
ויבוא... הנה זה בא... דער מינוט האט זיך אונטערגעריקט און איך דערזעה מיך פלוצלינג אין דער הייעך. איך דריי מיך אויס צום ארונ-קודש, איך שעפשע א הייסע תפילה קצרה מעומקא דליבא צום הייליגן באשעפער, אוחילה לקל אחלה פניו, אוי באשעפער ה' שפתי תפתח... דו ווייסט דאך איך בין נישט קיין רעדנער, איך גיי יעצט רעדן דאס ערשטע מאל, איך ווייס נאך אויך נישט פונקטלעך וואס, פון וואס, פארוואס, אבער איין זאך (דא איך דערמאן זיך דאס ווארט פון צדיקים: אז ווען מ'רעדט צום באשעפער אין דער שטיל איז מען מלמד זכות אויף יודן) דיינע יודישע קינדער דא אין קרעמל ווילן תשובה טוהן, ווילן זיין גוט, והא ראי' זיי האבן שוין אפי' געמאכט א פעולה לטובה... שיק מיר אריין די ריכטיגע ווערטער, קורץ, צו דער זאך, אזוי אז עס זאל זיין צו וויינען (תשובה) און צו לאכן (מתוך שמחה).
אזוי ווי איך ענדיג מיין הייסע תפלה באשלוס איך ביי מיר "יעבור עלי מה", איך דריי מיך אויס מיטן פנים צום עולם, איך מאך צו די אויגן, איך קוק נישט אויף קיינעם און איך הויב אן די דרשה, וואס ס'עט זיין עט זיין, איי דאנט קעיר.

עה... עה... איז אזוי... דער עו... עולם... ווייס דאך, די גמרא זאזאגט אין תענית... די ספרים ברענגען עס... דער רמב"ם שרייבט... אז אלעמאל... מחמשה עשר באב ואילך... אויך איז באקאנט, יא כ'מיין ס'יז א משנה..., לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב... ס'קומט שוין דע הייליגע טעג, דע בענק... כ'מיין מ'רוקט עס שוין... בקיצור...
קוים אנגעהויבן, און האפפס... א פלאפ... ס'איז בושות וחרפות... ס'קלעפט נישט איין ווארט צום צווייטן...
מיט די פארמאכטע אויגן גיב איך א שריי אויס - דאס באקאנטע ווארט וואס צדיקים פלעגן זאגן דעם ערשטן טאג ראש השנה נאכן דאווענען – אה!... דאס שווערסטע איז שוין דורך... (דא עפן איך די אויגן און איך זעה ווי דער עולם וואלגערט זיך פאר געלעכטער), און איך פארענדיג מיט די ווערטער:

רבותי כ'אב עס דורכגעבראכן איך האב שוין גערעדט!, דער פאכעד איז שוין נישט אזוי גרויס, יעצט קען איך שוין ווייטער נישט רעדן, צוליב'ן מצב דא, אבער חמשה עשר פאלט דאך היי יאר אויס שבת קודש, אי"ה ביי פרק וועל איך שוין זיין בעסער צוגעגרייט ווי א געשולטער רעדנער...
יא, אויב איינער איז נייגעריק...
איך גיי אראפ פון אָרנקוידעש אזוי פארשעמטערהייט, ווען מיין טיפער אטעם הערט זיך ביז יענעם עק בעסמעדרעש, אה... אה... בארכאשעם... אבי איך האלט שוין דערנאך... אה... דאס איז דאך נאר איינמאל אין לעבן... אה... געלויבט זאל ער זיין, אפי' איך וויל קען זיך דאס שוין נישט נאכמאל איבערשפילן, נאר איינמאל אין לעבן איז דאס דער ערשטער מאל וואס מ'דארף דאס דורכברעכן, א איבערגאנג, ב"ה מ'האלט שוין דא.
א גוטע נאכט





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2005 19:37 לינק ישיר 


אאאההה... איך אטעם אויך אפ...!

זייער פיין גערעדט! אבי כ'אב אזוי מורא געהאט...

באמת געווען א פיינע דרשה שוין לאנג נישט געהט אזוינס, זאל דער אייבערשטער ווייטער העלפן.

יישר כוח וחיל לאורייתא!

שוין, זרח -רבי זרח- קענסט שוין פארמאכן דעם ספר וואס דו מאכסט דיך אז דו לערנסט.... איך וועל דיר שוין זאגן אפן וואס מען האט דא גערעדט....

אבער פונעם מילך קעסטל גיי נאכנישט אראפ... רעד נאך אזעלכע שיינע דרשות , מיר ווילן הערן!!!

באמת מלא חן וטעם א שערכויח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2005 07:18 לינק ישיר 

ערשטנס - רבי זרח (אזוי איז באשלאסן געווארן, אז פון היינט און ווייטער וועט איר זיין רבי זרח, בלשון כבוד) - א גרויסן יישר כח פאר די דברים היוצאים מן הלב, ויה"ר אז עס זאל טאקע זיין נכנסין ללב השומעים, און אויפטאן דאס זייעריגע.

צווייטנס; און דא לאמיר געבן אפאר כללים און יסודות אין "דרש'נען".

1) מען ברויך ארויפקומען מיטן פולן שטאלץ, כאילו מען ווייסט פונקטליך וואס מען גייט זאגען און מען גלייבט יעדעס ווארט וואס גייט ארויסגערעדט ווערן פון מויל א הונדערט און צען פראצענט!

2) מען טאר נישט אראפקוקען אדער צומאכן די אויגן, דער קונץ איז אריינצוקוקען דעם עולם אין פרצוף אריין ווי דער האן אין בני אדם, זיך ארומדרייען דעם קאפ אין אלע ווינקלן, דאס הייסט א רעדנער!

נאך כללים וועלן בלי נדר נאכקומען, אבער - נאכאמאל - א גרויסן יישר כח פאר אונזער רעדנער רבי זרח וואס האט אונז מהנה געווען מיט זיינע דברי מוסר דורכגעפלאכטן מיט דברי תורה וחסידות, ויה"ר אז עס זאל עושה רושם זיין למעלה ולמטה, מיר זאלן שוין געהאלפן ווערן בביאת הגואל בב"א.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > איך אטעם אפּ...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext