די פרוי האט באמערקט אז אויפן לעצטן זיץ פון די מענער זייט זיצן זיך צוויי זיבעצן יעריגע בחור'לעך.
די פרוי האט געטאן דאס וואס זי האט געזען פאר ריכטיג, צוגעגאנגען צו די צוויי בחור'לעך און געפרעגט: וואלט איר זיך נישט אפשר אויפגעשטעלט און איבערגעגעבן אייער ארט פאר די צוויי עלטערע פרויען?
די בחורים האבן זיך אויפגעהויבן, געשטאנען די גאנצע וועג, אבער דא האט זיך אנגעהויבן א רודעריי אויפן באס.
די פרויען פון די הונטערשטע זייט באס האבן געשריגן און פארפירט אויף אט די פרוי: היתכן, ס'ארא חוצפה האט איר אויפצוהייבן בחורים וואס זענען אפגעמוטשעט פון א גאנצן טאג לערנען?
די טענה'רייען האבן זיך נישט אויפגעהערט במשך די גאנצע נסיעה.
דאס וואלט זי שוין פארדייעט, אבער ביים סוף פון די נסיעה, ווען דער באס האט שוין דערגרייכט די וויליאמסבורגער גאסן, איז צוגעקומען א אינגערמאן (מיטן פולן חסיד'ישן לבוש) צו די פרוי און איר געזאגט כהאי לישנא: איר האט פארשעמט די תורה!!!
איר ווילט וויסן וואס די פרוי האט אים געענטפערט?
"אין מיין תורה שטייט: דרך ארץ קדמה לתורה! און מפני שיבה תקום"!
דער אינגערמאן האט זיך אוועקגעדרייט דעם פנים און אנטרינען מיט די נשמה אין די האנט.
אט דאס איז א מעשה וואס איך האב געהערט אין די לעצטע האלבע שטונדע, און איך האב געשפירט פאר וויכטיג עס מיטצוטיילן מיט אייך מיינע ידידים דא אויפן פורום.
בן הרחמן,
כ'בין נישט קיין פוסק און הייב אונטער ס'היטל פאר "געשמאקער". מיין דעת בעל הבית זאגט אבער אז די פרוי איז נישט גערעכט.
all5in1,
איך בין פולקאם מיט דיר מסכים. הגם אויב וויל מען מלמד זכות זיין, קען מען זאגן אז די פרוי איז פרום פאר זיך; האט געזען אז די צוויי פרויען האבן נישט קיין כוח און שעמען זיך צו בעטן; האט זיך נישט אויפגעשטעלט ווייל אין דעם פאל וואלט פריי געווארן בלויז איין זיץ.
נשלח ב-24/8/2005 18:54
ברוך השם!!! הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו!!!
יישר כח פארן פרעגן, אבער עס איז ב"ה אסאך אסאך בעסער, קוק... איך קען ארבעטן... מאנטאג האב איך געשפירט ווי די אסטראנאטן אין ספעיס "אן" די ספעציעלע מלבושים זייערע... אזא פרעשור געהאט ל"ע, ממש נישט געקענט עפענען די אויגן! (כ'האב געציטערט אז עס איז חלילה אן אניוריזם אויב איר ווייסט וואס דאס מיינט).
יעצט זיץ איך אויף פארשידענע טאבלעטן, קליינע און גרויסע, רינדיגע און לענגלעכיגע, מיט שאלעכץ און אנע שאלעכץ, שפריצעכצער און נאך (בלי שום גוזמא!), און בעזרת הרופא חולים ווערט מיר בעסער און בעסער.
נשלח ב-24/8/2005 18:41
גערעכט קרעמער!
KEEP IT UP
וויאזוי איז די מצב הבריאות היינט?
נשלח ב-24/8/2005 18:13
אלע פינעף (חושים?) אין איינס (אדער אפשר גאר אלע פינעף פינגער אין איינס, אזוי ווי אלע מענטשן האבן געהאט איידער נח איז געבוירן, נח איז געווען דער ערשטער מיט אפגעטיילטע פינגער!).
די מעשה איז פארגעקומען זונטאג פרשת עקב תשס"ה אום 5:30!
איך בין נישט קיין מעשה פאבריצירער, און איך מאנגל נישט ב"ה אין קיין סחורה מיט וואס צו מאכן 'לעבעדיג' (וויאזוי דו רופסט עס אן) אויפן פורום.
1. די פרוי וואס האט מחדש געווען אז יו"ט מאכט מען די ברכה איידער מען צינדט ליכט, איז געווען די מאמע פונעם דרישה און נישט פונעם מהרש"ל (עי' מג"א סי' רס"ג).
2. ביסט גערעכט אז מפני שיבה תקום והדרת פני זקן גייט נישט אן ביי קיין פרוי (הגם איך האב נישט געוואוסט דערפון ביז יעצט, אבער אזוי איז משמע אין שו"ע יו"ד סי' רמ"ד, שדנו אם שייך באשת חבר בכלל, עי' פתחי תשובה סק"א ועי' ברכי יוסף שכתב שהאריה"ק כתב "דאין חיוב לעמוד לפני אשת ת"ח וגם לא לעשות לה הדור" ע"ש).
אבער - לעניית דעתי - קען מען מחלק זיין צווישן זיך געבן א שטעל אויף פונעם פלאץ אויף א סעקונדע לקיים מצות הידור, און איבערגעבן א פלאץ פאר א עלטערע פרוי אז זי זאל נישט ברויכן שטיין די גאנצע וועג. קימה והידור איז מען אפשר נישט מחויב, אבער קיין חיה רעה טאר מען נישט זיין, און ווען מען זעהט א עלטערע פרוי (ועי' ברכי יוסף שם אז פון זעכציג און העכער הייסט שוין אלט לגבי דעם) איז נישט מער ווי מענטשליכקייט (עס איז פון די מצות וואס אפילו ווען מיר וואלטן דאס נישט באפוילן געווארן וואלט מען דאס אליינס געברויכט פארשטיין, פונקט ווי להבדיל דער גוי האט באזונדערע זיצן אויפן סאבוועי און באס וואס איז געווידמעט פאר עלטערע לייט) איבערצוגעבן דאס פלאץ אז יענע זאל קענען אויסרוען אירע אפגעמאטערטע פיסעלעך.
אין חכמה לאשה אפילו אין א פאל וויזי איז גערעכט, אזויווי די מאמע פון רש"ל וואס האט יו"ט געמאכט די ברכה פארן צינדן.
מעיקר הדין דמפני שיבה תקום, צי איז חל א חיוב קימה לאישה, לזכרוני איז דא פוסקים וואס האלטן אז נאר א אשת חבר הרי היא כחבר און אויך נאר בחיים של החבר, אבער סתם א פרוי איז נישטא קיין שום חיוב. נאכמער דער ארי הק' האלט אז אפילו א אשת חבר דארף מען אויף נישט זיך אויפשטעלן. איז ווייטער אין חכמה לאישה מיט איר קלוגן תירוץ פון מפני שיבה תקום....
ממדת הנימוס דארף מען זיך יא אויפשטעלן אפילו פאר א גוי וגוי' אזויווי קרעמער פירט זיך צו טון. אלס דרך ארץ און קידוש השם, און טאקע וואלט עס געפאסט פאר בחורים בני תורה.
להלכה ולא למעשה
fix me if i'm wrong
נשלח ב-24/8/2005 05:42
מיין ניק האט נישט קיין שום פשט
כ'האב געוואלט מאכן מיין ניק ALLIN1 למעשה האב איך נישט געקענט ווייל איינער האט עס האב איך אעס געטוישט מיט איין אות
ALLIN1 האב איך געוואלט מאכן ווייל כ'האב א קרוב וואס ארבעט אין א סטאר וואס האט א אפטיילונג וואס ריפט זיך ALLIN1 אין פינק יענטץ איז מיר דעמאלטס איינגעפאלן