| נשלח ב-24/8/2005 05:00 |
|
| |
וויאזוי גייט עס?
איך האב געזען אז אונזער חבר הקהלה, 'גישמאקער' האט זיך געמאכט א נייע שיעור, האב איך געוואלט וויסען וויאזוי עס גייט?
וואס לערנסטו? וכו'...
איך פאר מיר, האב זיך אויך ציריקגעזעצט צי די גמרא.
די ערשטע זאך האב איך ארוסגענמען א שבועות גמ', איך האב געמוזט זעהן די גמ' וואס 'הרחמן' האט געלערנט.
און איך וויל אויפמערקזאם מאכן מר. קרעמער אז רש"י אויפן פלאץ, טייטשט בכלל נישט אנדערשט ווי 'הרחמן' האט עס אפגעלערנט. (עכ"פ במכוון וד"ל).
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2005 20:41 |
|
| |
איך האב געשריבן אז אין "מכוון" האט 'הרחמן' געמיינט די זעלבע זאך ווי רש"י.
ווי ס'איז באקאנט די מעשה, מיט אונזער פריערדיגע פרעזידענט, 'ביל קלינטאן', אמאל האט ער געזאגט.... ..........(ארויסגענמען צוליב סיבות וד"ל...)האט מען אים געפרעגט, היתכן?? ווי פאסט דאס???.... האט ער גענטפערט אז ס'מאכט, Balony Stories...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2005 13:40 |
|
| |
לאמיר אייך זאגן - ר' פנחס (לשון נקי פון נפחא, ולעולם ידבר אדם בלשון נקיה, פסחים ג' ע"א, האסטו שוין נאך א מראה מקום וואס נאכצוקוקען) - "בורכא" זאגט רש"י "אויסגעזויגן פון פינגער", אקעי נישט ממש, אבער "אויפגעטראכט אין הארץ", משא"כ 'הרחמן' (וועלכער איז -אגב- פארשווינדן זינט ער האט דא אריינגעווארפן צוויי תגובה'לעך) האט געשריבן עפעס מיט 'בול' וואס דאס גרעניצט זיך מיט מיאוס'ע ווערטער וואס מיר אויפן פורום דולדן נישט.
==
אז מ'רעדט שוין פון 'בול'...
מיר אלע ווייסן אז ווען די מארקעט גייט ארויף, רופט זיך דאס אן א 'בול' מארקעט, האב איך אמאל געזאגט א פשט דערויף: די גמרא זאגט אין מסכת גיטין (ל"ז ע"א) בולי אלו עשירים... נו, זעהן מיר דאך קלאר אז 'בול' מיינט אז דער עולם ווערט רייך... אפשר נישט? (יעצט ברויך איך נאר צוענדיגן דעם 'תוירע' און טרעפן א פשט פארוואס ווען דער מארקעט פאלט רופט זיך דאס א 'בער' מארקעט... אפשר איז דאס פונעם לשון ואיש 'בער' לא ידע וכסיל לא יבין את זאת... אז דער מענטש וואס אינוועסטירט זיין געלט איז א נאר... ווייל ער ווייסט נישט אז עס קען קומען א 'בער' מארקעט...).
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2005 07:02 |
|
| |
מטבעי בין איך אגרויסע עניו ....
דערפאר גלייך איך נישט אזוי ווען... ווען....ווע'מ'רעדט פון מיינע גרויסקייטן...
הע! וואס זאגסטו עפעס צו מיין עניוות??...הע?
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|