בית פורומים היימישע קרעטשמע

משוגעת'ן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/8/2005 13:44 לינק ישיר 
משוגעת'ן

גוט מארגן!

דער אשכול איז ספעציעל געווידמעט פאר משוגעת'ן! יעדער קען דא אריינשרייבן די אייגענע משוגעת'ן, פארשטייט זיך "די זאכען וואס דו אליין ווייסט ביי דיר אז עס איז א משוגעת", ווייל אז נישט, וועסטו דאך נישט וויסן אפילו צו שרייבן דערוועגן.

און אז מען ווייסט שוין אז די געוויסע זאך איז נאר א משוגעת, איז שוין נאר א האלבע צרה...

ווער עס שעמט זיך צו שרייבן פון זיך אליין, קען עס ארויפלייגן אויף "יענעם", דער "יענער" האט שוין אסאך געליטן, עס שטערט אים שוין נישט אז מען לייגט אויף אים אן נאך עטליכע משוגעת'ן.

1. איך קען איינעם (גראדע מערערע) וואס יעדן דאלער גראדן זיי אויס פון קנייטשן און לייגן דאס מיטן פנים ארויף און שטעלן דאס אויס לויט די סדר פון די געלט, הונדערטער'ס פון אונטן, אויפדעם פופציגער'ס, צוואנציגער'ס, צענער'ס, פינף'ערס, און איינזער'ס.

טאמער איר וועט זיי באצאלען הונדערט טויזענט דאלער אין קעש, און איר וועט נישט האבן אכט געגעבן אז די דאלארען זאלן זיין גראד, אויסגעביגעלט, מיטן פנים ארויף, לויטן סדר פון די ווערט זייערע, וועט דאס יענער אליינס טאן, הגם ער גייט דאס דעם קומענדיגן טאג אריינלייגן אין באנק וכדומה, אבער "ביי אים אין רשות קען נישט נעכטיגן צוקנייטשטע, אומאויסגעגראדעטע, אנע סדר'דיגע, דאלארען".

משוגעת אדער נארמאל?

2. אין וועלכע שוהל איך גיי וועל איך אלץ אנטרעפן א נודניק אדער צוויי (געווענליך ממש נעבן מיין זיץ פלאץ) וועלכע קענען נישט לויז ווערן פון די הייליגע דאווענען ווערטער, זיי זאגען איבער און איבער, און קלארער און נאך קלארער (הלואי.. דער מציאות ווייזט אז דאס ערשטע מאל איז נאך געווען די קלארסטע...).

מיינע געהירן פלאצן, און מיינע אייזערנע נערווען ווערן צושמאלצן ווען איך באגעגעגן זיך מיט אט אזא איינעם... נישט איינמאל האב איך יענעם אויפגעמישט א סידור און געוויזן אז עס שטייט נאר איין מאל "למען" ירבו, און נישט "למעעעעעעעע למע למעע למעעע למען למעאהן" (יא, "נישט איינמאל" האב איך דאס געטאן, טאקע "קיינמאל", אבער מחשבה טובה איז שוין מערערע מאל געווען).

3. די וואס מיינען אז די סיידוואלק איז נאר געמאכט געווארן כדי צו האלטן דארט די גארבעדזש קען'ס, אבער שפאצירן ברויך מען אויפן טראטואר!

ס'קען זיין זיי מיינען שמירת עינים וכו', אבער דער אמת איז, אז ווען מען גייט אויפן סיידוואלק קען מען מקיים זיין שמירת ה"גוף" [קערפער] וה"נפש" [זעהל] אויף איינמאל, מען קען זיך היטן די אויגן, און אויך דאס גאנצע גוף. אנדערש איז אבער ווען מען שפאצירט אויפן "גאטער" (שטראז, גאס, טראטואר), דאן ווערן די אויגן אפשר בעסער באהיטן, אבער מען לייגט חלילה אריין דעם גוף אין א סכנה.

איך וואלט שוין לאנג פארגעסן פון די משוגעת, אבער לעצטנס זעה איך יעדן טאג א "גוי" שפאצירן אויפן טראטואר, ער פארנעמט אזויפיל פלאץ ווי א קליינע קאר... און ווען ער גייט, ברויכן זיך אלע קארן ציען אין די זייט כדי נישט צו פאראורזאכן קיין עקסידענט... האב איך זיך דערמאנט אז עס איז א משוגעת וואס מאכט זיך נעבעך ביי אידעלעך אויך (להבדיל).

=

עס זענען פאראן נאך אזויפיל משוגעת'ן, ביי מיר און ביי אנדערע, אבער איך לאז איבער אביסל פאר אייך.

משלים: געמבלינג, זיך פאר'חובות'ן (די צוויי גייען געווענליך אינאיינעם). פונקטליכקייט (יא, דאס קען אויך זיין א פראבלעם...), קארגשאפטן, וכו' וכו'.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/9/2005 00:14 לינק ישיר 

יהללו איז פאר אשרי ובא לציון, ווייל נאך אשרי ובא לציון קוקט שוין קיינער נישט אריין אין סידור.

מילא דער יום קען מען שוין אויסעווייניג, אזוי אויך קוה און עלינו, אבער יהללו?

דערפאר (און צוליב נאך סיבות) האט מען דאס געלייגט פאר אשרי ובא לציון.

והיינו טעמא דשופר, פארוואס מען זאגט לדוד נאך עלינו, און געדרוקט איז עס פאר עלינו, ווייל ביי עלינו זענען שוין אלע סידורים פארמאכט...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/9/2005 00:09 לינק ישיר 

יהללו ארויף, יהללו אראפ, 'בןהרחמן' דער עיקר איז אז דו ביזט דא אויפן פורם.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2005 00:02 לינק ישיר 

אז מען רעדט שוין יא פון די אלטע סידורים וויל איך טאקע וויסן פארוואס שטייט יהללו פאר אשרי ובל"צ בשעת ווען מען זאגט דאס נאך אשרי ובל"צ פארן יום.

עס קען זיין אז אמאהל ווען האט עס מתקן געווען איז געווען אזוי די סדר צו זאגן סיי יהללו פאר אשרי ובל"צ און סיי לדוד פאר קוה נאר מיט די צייט האט מען עס ארומגעטוישט, פארוואס ווייס איך נישט, אדרבה ווער עס ווייסט עפעס א מקור זאל מודיע זיין



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/9/2005 23:51 לינק ישיר 

פאר די זעלבע סיבה וואס קרבנות איז געדריקט פארן דאווענען בעת רוב עולם זאגט דאס אויפן באס אדער אין דער ארבעט, טייל מחמירים זאגען דאס גאר ביי מנחה (זיי זאגען איבער יעדעס ווארט צוויי מאל, און זענען יוצא פאר שחרית און פאר מנחה).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/9/2005 21:10 לינק ישיר 

ווייסט איינער פארוואס אין רוב אלטע סדורים שטייט לדוד ה' אורי נאכן יום אנשטאט נאך עלינו?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2005 10:15 לינק ישיר 

אזא שמירת עין'ניק האב איך אמאל שיעור אראפ-געקלאפט. נאכן שארט סטאפ וואס האט אפגעשטעלט די גאנצע ארום. האב איך עם דערזעהן פון די נאהנט און דערקענט פון ישיבה זאג איך עם. בעסער גיי אויפ'ן סיידוואק און קוק אויפן גאדער. ווי גיין אויפען גאדער און קוקען אויפען סיידוואק. ער האט מיך גוט פארשטאנען...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2005 07:03 לינק ישיר 

מצורף קובץ


היינט געשפירבלט אין די נייעס וועגן מענטשן וואס שרייבן נאטיצן אויף די הענט דא האט איר א בילד


סארע מעשיגויעם ס'דא...











דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 06:49 לינק ישיר 


ביסטו א גליקליכער...

פאר מיין ווייב קען איך זאגן צוויי דריי אפילו פיר מאהל און זי וועט נישט טוישן דעם שמועס....


המקנא אתה בי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 05:35 לינק ישיר 

my meshigas is

i like to drink hot coffee in a plastic cold cup



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 01:45 לינק ישיר 

איר שיסט צוויי האזלעך מיט איין קויל!

קודם כל האט איר א גוטע שלאף מאשין, און שנית, אזוי פארברענגט איר כאטש צוויי מינוט א וואך מיט אייער חשוב'ע אשת חיל!

אגב, איר וואלט זיך מסתמא געוואונטשן אז ביי אייער ווייב זאל אייביג זיין אזוי, אז ווען איר זאגט "איין" טוישט זי דעם שמועס...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/8/2005 00:45 לינק ישיר 

א יעדע נאכט פאר איך גיי שלאפן פיל איך אז איך מיז קאלן קול מבשר און איך הער אויס די נייעס פון 10:00 און פון 7:00 און נאכדעם שלאפט זיך אזוי פיין (ווער רעדט שוין פון די חלומות)

דאס איז פון מוצאי שבת ביז דאנערשטיג אבער פרייטיג צונאכטס פלעג איך זייער שווער איינשלאפן ביז איך האב מיר אמאל אויסגערעדט פאר א חבר האט ער מיר געגעבן א עצה

מיין ווייב הערט דאך אויך יעדען טאג די נייעס נישט נאר איין מאל אויך נישט פינעף מאל נאר ווען זי האט נישט וואס צו טון קאלט זי ווייל אפשר איז דא פרישע נייעס פרישע גארביטש קענס אדער א פרישע אינשורענס פלאן ביי זילבערשטיין אויף אזוי ווייט אז זי קען שוין זייער גוט נאך מאכען דעם ווידער

האט מיין חבר געזאגט אז ווען איך האלט שוין ביים גיין שלאפן זאל איך זאגן פאר מיין וויב זי זאל אנפאנגן אים נאכצומאכן און אזוי גייט עס טאקע וואך איין וואך אויס זי פאנגט אן קול מבשר אינפארמאציע אין איך געב א זאג איינס (אנשטאט צו דריקן אופן טעלעפאן) און זי פאנגט אן קול מבשר חרידישע נייעס און אזוי ווייטער און וויטער (די אדווערטייזמענטס זאגט צו נישט ווייל עס איז שבת) דערנאך קען מען גיין שלאפן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 20:10 לינק ישיר 

לעניית דעתי איז דער חילוק פון א מלא-משוגעת מענטש צי א מאלטי-משוגענער:

דער משוגענער מיינט אז ער איז נארמאל! בעת דער מלא-משוגעת ווייסט ביי זיך אין תוכ-תוכיות אז ער האט מאדנע קאפריזן, אבער ער קען זיך נישט העלפן...

"א שיכור מיינט אז די גאנצע וועלט דרייט זיך".



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/8/2005 17:04 לינק ישיר 

וואס איז דער חילוק פון א מענטש מיט 'מלא מעשוגעת'ן' ביז א ריכטיגער מעשיגענער???

האב איך אמאל געהערט פון א קלוגן איד א ת"ח צוויי זאכן:
1. ביז פינף זעקס משוגעת'ן אז אז א מענטש האט דאס איז דאך נארמאל.
א מענטש מיט זיבן-אכט מעשוגעת'ן איז נאך צום אויסהאלטן.
איינער מיט ניין, איז טאקע מלא מעשוגעת'ן אבער ער איז נאך צום דארעכשטופן בדוחק.
אבער א מענטש מיט צען מעשוגעת'ן דער איז שוין א...
מ ע ש ו ג ע נ ע ר...

2. א יעדער מענטש אין דער וועלט האט זיך זיינע אייגענע מעשיגאסנ. דער פראבלעם איז נאר אז דער מעשוגענער וויל אז דער חבר, שכן און ווער נעשט, זאל אויך האבן אקוראשט די זעלבע מעשיגאסן וואס ער האט, און צו דעם זאל ער זיך צושטעלן, און טאמער כאסוועשאלעם האט זיך פארן חבר פארגלוסט צי האבן אנדערע סארט (ברעכטיגטע) מעשיגאסן, וועט ער איהם דערפאר ארונטעררייסן ביז צום טויט...

***
מיינ מעשיגאס ווייסט איר דאך אלע, איך שרייב לשענקוידעשדיקע ווערטער לויט די אנווייזונגען פון די יִידישע קעלאלעמ.


תוקן על ידי - זארעכפעפער - 25/08/2005 17:05:25



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > משוגעת'ן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext