בית פורומים היימישע קרעטשמע

שרעקליך!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/8/2005 00:02 לינק ישיר 
שרעקליך!!!

איך וואלט געוואלט וויסען פארוואס מ'האט אויפגעהערט מיט די אנאליזן, ספעציעל די אנאליזן פון קול מבשר.......

איך האב יעצט געהערט דריי 'שרעקליכע' נייעסן דארט.

1)שרעקליכע פארפלייצונג

2) שרעקליכע גנב

3) שרעקליכע גארביטש בעגס....

תוקן על ידי - nafcha - 26/08/2005 0:02:02



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2005 02:43 לינק ישיר 

מצורף קובץ

א שרעקליכע עקסידענט

Get all "Heimishe" Breaking News delivered directly to your cell phone http://www.upoc.com/group.jsp?group=vosiznies



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-26/8/2005 16:57 לינק ישיר 

זרח'ל דו ביסט מעכטיג!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/8/2005 16:28 לינק ישיר 

שרעקליך... מעכטיג...

מעגסט שוין אזויפיל וויסן אז די צוויי ווערטער 'שרעקליך' און 'מעכטיג' זענען די "יסודות" פון אינערהאלב אלע כאסידישע קרייזן.

וואס ס'שפילט זיך נאר אפ צווישן חסידים איז אדער 'מעכטיג' אדער להבדיל בין טוב לרע 'שרעקליך'

למשל;
אלע ישיבות קויפן מעכטיגע באסעס.
אלע ישיבות קויפן מעכטיגע בנינים.
אלע רבי'ס פירן מעכטיגע טיש'ן.
אלעמאל געווינט מען נאר מעכטיג.
וכו' וכו'
און פארשטייט זיך אלעמאל האט יענער א 'שרעקליכן' דורכפאל...

'איינפאכע' באסעס, בנינים, טישן, געווינס וכו' דאס גיבסט נישט ביי אונז 'איינפאכע' חסידישע יידן...

תוקן על ידי - זארעכפעפער - 26/08/2005 16:29:19



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2005 01:52 לינק ישיר 

כ'יוקל' ועוד לקרא (איך ברעך שוין יעצט פון די פאלגענדע ווערטער, איך האב עס איינמאל געשריבן, און עס איז נעלם געווארן, אבער בעל כרחי מוז איך עס איבערשרייבן, ווייל חס ושלום אויב עס וועט בלייבן שטעקן ביי מיר אין די געדערים ...) וויל איך דא צולייגן צו וואס מיין חשוב'ער ידיד דער ראש הקהל האט פריער געשריבן.

די סיבה (אדער: איינע פון די מערערע סיבות) פארוואס עס מאנגלט אין ק.נ.א. אנאליזן איז זייער פשוט, איך פלעג זיך אפמוטשען צוויי שעה א מעת לעת אפצושרייבן און איבערצוגיין, אראפצונעמען און צוצולייגן, באפעפערן און באציקערן, ארויסנעמען דאס וואס באלאנגט באמת נישט און צולייגן וואס איז מיר נאכהער בייגעפאלן, דאס אלעס נעמט צייט.

אבער זייער ווייניג "פיעד-בעק" פלעגט אריינקומען, איך רעד נישט פון קיין מענטשעלעך, סמיילי'ס, וכדומה. איך רעד פון קאמענטארן, הערות והארות, קריטיק און סתם אזוי מוסיף נופך אדער נפח אדער אפילו סתם מוסיף הבל ורוח אין די וועלט אריין, אבי גערעדט, אבער "עפעס".

היות איך זעה יעצט אז דער עולם קוקט יא עטוואס ארויס אויף די סארט אנאליזן, וועל איך בלי נדר צוריק אנהייבן דערמיט לעת מצוא.

אגב, רעדנדיג מיט יענטאאש האבן מיר זיך געקריגט ווער עס זאל אפשרייבן די מעשה מיטן רב הנ"ל, ער האט גע'טענה'ט אז ער וועט דאס אראפלייגן אסאך בעסער און געשמאקער ווי מיר, האב איך אים געלאזט דאס אליינס אויפשרייבן. דערווייל האט ער דאס צו'מזיק'ט און געלאזט אין א קאלוזשע בלוט, אבער עס איז שוין נישט אינטערסאנט איבערצושרייבן, על כן, יענטאאש: "נעקסט-טיים" לאז מיר אליינס אויפשרייבן מיינע מעשה'לעך...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/8/2005 00:33 לינק ישיר 

יענטאאש;

איך וויל נאר וויסען איין זאך, ס'איז שוין א לאסט קעיס.... אדער אויב שרייב איך אין דעם אשכול 'די בעסטע שרייבער'ס אויפן פארעם', אז די ביסט מיין פעבאריט שרייבער.... גייסטו ווייטער שרייבן?........

תוקן על ידי - nafcha - 26/08/2005 0:36:04



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2005 00:15 לינק ישיר 

נפחא האסט מזל ווי א נפחא נאכן טשולענט!!!!!!....

איך און קרעמער זיצ'מיר פונקט יעצט דא ביי א מיטינג (דאס איז נישט קיין וויץ) אין די ק.נ.א. העדקוואדערס, און יא! מ'האט פונקט יעצט דעסקאסט וועגן די אומפאנקציאנירונג פון אונזערע רעפארטאזשן, אנאליזן און פיילס, קרעמער האט דערציילט א מעשה פון א רב וועלכער האט זיך איין שיינעם טאג צאמגעפאקט די פעק און געוואלט אפיאגן פון שטעטל, ווען די שטאטס לייט זענען געקומען צולויפן מיט קראקאדיל טרערן איבער די באקן און געפרעגט 'פארוואס לאזט אונז דער רב איבער??', האט ער געענטפערט 'ווייל דאס איז די 'ערשטע' שאלה וואס מען האט מיך געפרעגט זייט איך בין רב......

מיר ענטפערן די זעלביגע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2005 00:12 לינק ישיר 

דע יענטאאש פייל פעלט שוין אויך לעצטענס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > שרעקליך!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext