בית פורומים היימישע קרעטשמע

א קלאץ קשיא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/8/2005 03:09 לינק ישיר 
א קלאץ קשיא

ס'באדערט מיך און ס'פרעסט מיך שוין ליינגע יארן און וואכן א שווער-שווערע פראגע אין גמרא.

און אזוי-ווי איך האב איינגעזען און באמערקט אז דא אין קאק דהיימישע שטותים יצ"ו תו"ת געפינען זיך באמבעדיגע תלמידי חכמים גרויסע פראפעסארן מיט פעפערדיגע מוחות אנשים חריפין טחינין פלאפעלין וציפסין,
גלויב איך אויף זיכער אז טאקע דא און נאר דא וועל איך באקומען אן ענטפער אויף מיין געוואלדיגע אויסערליכע הערליכע קשיא.

די גמרא אין חגיגה פרעגט: מאי שמים ? -וואס איז דער טייטש פון דעם ווארט 'שמים' ?-,

ענטפערט די גמרא (דא דריי איך מיך מיין גראבן פינגער פון אינטן אויף ארוף ) א"ר יוסי ב"ר חנינא: ששם מים, במתניתא תנא: אש ומים, מלמד שהביאן הקב"ה וטרפן זה בזה ועשה מהן רקיע. ע"כ תורף הדברים.

פרעגט זיך א געוואלדיגע קשיא (יעצט דריי איך מיך צוריק אראפ מיין גראבן פינגער) פאר וואס פרעגט נישט די גמרא: מאי ארץ ? -וואס איז די טייטש פון דעם ווארט 'ארץ' ?-,
וואס איז דער "שמים" אזא גרויסער יחסן אז מ'רעדט נאר פון עם ??? האאא???

ע"כ דברים היוצאים מן הלב.

יעצט לאמיך זעהן אייערע דברים הנכנסים אל הלב, אבער זאל זיין ווי מ'זאגט באמבעדיג אזוי צו דער זאך.

יא... אז מ'רעדט שוין וועל איך שוין אויך פרעגן דא השאלה וואס האט א שיכות צו די וואכעדיגע סדרה פרשת 'ראה' די גמרא אין ב"ב דף י'. דערציילט: רב פפא הוה סליק בדרגא אישתמיט כרעיה בעי למיפל וכו' וכו' וגו'
טייטש: דער אמורא רב פפא האט געשטאנען אויף א טרעפל און דער פוס פון דעם טרעפל האט זיך צובראכן און ער רב פפא איז שיהר (כמעט)נישט אראפ געפאלן.
א"ל חייא בר רב מדפתי לרב פפא שמא עני בא לידך ולא פרנסתו. טייטש:האט חייא בר רב געזאגט צו רב פפא אפשר איז געקומען צו דיר אן ארעמאן (עני) און האסט עהים נישט געגעבן וואס ער דארף . און דאס איז די סיבה וואס דו האסט שיהר נישט באשטראפט געווארן מיט סקילה.

פרעגט זיך די קשיא פאר וואס איז איין געפאלן חייא'ן בר רב אז די סיבה צו דעם וואס רב פפא שיהר נישט אראפ געפאלן איז צוליב דאס וואס ער האט נישט געגעבן צדקה???

דער תירוץ קענמען טרעפן ביי אונזערע פרשה פון די וואך...




קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2005 08:12 לינק ישיר 

אזוי-ווי ס'נתרבה געווארן די ספסלים ויושביהם,ברענג איך ארוף נאכמאל מיין ערשטע פראגע וואס איך האב דא אין קרעטשמע געפרעגט,אפשר וועלן קענען די נייע עוקרי הרים און די אלטע וואס זיי זענען ארויף א שטאפל צו -טוחנים זה בזה- ענטפערן און א תשובה בריינגען- אויף מיין באמבאסטישע שאלה.




קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2005 01:07 לינק ישיר 

di teretz is
beig dich aroop tzy di erd in kik, vesti zain voos erd is, zamd, shteiner, kakarotshes, verem, in andere zachen, ober hymel veisen mir nisht voos doos is



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > א קלאץ קשיא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext